Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Ecclesiastes 11 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1לאָז אַװעק דײַן ברױט אױפֿן װאַסער,װאָרעם אין פֿיל טעג אַרום װעסטו עס געפֿינען.

2צעטײל אַ חלק אױף זיבן, און אַפֿילו אױף אַכט,װאָרעם װײסט נישט װאָס פֿאַר אַ בײז עס קען זײַן אױף דער ערד.

3אַז די װאָלקן װערן פֿול מיט רעגן,לײדיקן זײ זיך אױס אױף דער ערד;און סײַ אַ בױם פֿאַלט אין צפֿון און סײַ אין דָרום –אין אָרט װוּ דער בױם פֿאַלט, דאָרטן װעט ער בלײַבן.

4דער װאָס פּאַסט-אױף דעם װינט װעט נישט זײען,און דער װאָס קוקט אױף די װאָלקנס װעט נישט שנײַדן.

5אַזױ װי דו װײסט נישט װאָס איז דער װעג פֿון דעם װינט, אָדער װי עס װערן בײנער אין לײַב פֿון אַ טראָגעדיקער, אַזױ װײסטו נישט די טוּונג פֿון אלֹקים װאָס טוט אַלצדינג.

6אין פֿרימאָרגן זײ דײַן זאָמען, און אין אָװנט זאָלסטו נישט אָפּלאָזן דײַן האַנט, װאָרעם דו װײסט נישט װאָסער װעט געראָטן, דאָס אָדער יענס, אָדער בײדע באַגלײַך װעלן זײַן גוט.

7און זיס איז די ליכטיקײט, און גוט איז פֿאַר די אױגן צו זען די זון.

8װאָרעם װיפֿל יאָרן דער מענטש זאָל לעבן, זאָל ער אין זײ אַלע זײַן פֿרײלעך; און זאָל ער געדענקען די טעג פֿון פֿינצטערניש, אַז זײ װעלן זײַן פֿיל. אַלץ װאָס געשעט איז נישטיקײט.

9פֿרײ זיך, בחור, אין דײַן יוגנט, און לאָז װױל גײן דײַן האַרץ אין דײַנע בָחורשע טעג, און גײ אין די װעגן פֿון דײַן האַרצן, און נאָך דער זעונג פֿון דײַנע אױגן; אָבער זײַ װיסן אַז פֿאַר אַלעם דעם װעט אלֹקים דיך ברענגען צום משפּט.

10און טו אָפּ ערגערניש פֿון דײַן האַרצן, און האַלט אָפּ בײז פֿון דײַן לײַב, װאָרעם ייִנגלשאַפֿט און יוגנט זײַנען אַ הױך.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]