Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Jonah 2 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

2און יוֹנה האָט מתפּלל געװען צו ה׳ זײַן ג-ט, פֿון די אינגעװײד פֿון דעם פֿיש. 3און ער האָט געזאָגט:איך האָב גערופֿן פֿון מײַן נױט צו ה׳,און ער האָט מיר געענטפֿערט;פֿון דעם בױך פֿון שְׁאֹול האָב איך געשריען,האָסטו צוגעהערט מײַן קֹול.

4װאָרעם האָסט מיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש,אין האַרצן פֿון די ימען,און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען;אַלע דײַנע װעלן און אינדןזײַנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר.

5און איך האָב געװעסט געזאָגט:איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר דײַנע אױגן;אָבער איך װעל װידער נאָך קוקןאױף דײַן הײליקן הֵיכל.

6װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש,דער תּהום האָט מיך אַרומגענומען,טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ.

7צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט,די ערד פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק.אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון פֿאַרדאָרבנקײט מײַן לעבן,דו ה׳ מײַן ג-ט.

8װען מײַן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר,האָב איך אָן ה׳ געדאַכט,און מײַן תּפֿילה איז געקומען צו דיר,אין דײַן הײליקן הֵיכל.

9די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטןפֿאַרלאָזן זײער אײגענע חסדים;

10אָבער איך װעל צו דיר מקריבֿ זײַןמיט דעם קֹול פֿון דאַנקעניש;װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן.די ישועה איז בײַ ה׳.

11און ה׳ האָט געהײסן דעם פֿיש, און ער האָט אױסגעשפּיגן יוֹנהן אױף דער יבשה.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]