Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Hosea 14 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

2קער זיך אום, יִשׂרָאֵל, צו ה׳ דײַן ג-ט,װאָרעם האָסט געשטרױכלט דורך דײַנע זינד.

3נעמט מיט אײַך װערטער,און קערט אײַך אום צו ה׳;זאָגט צו אים: פֿאַרגיב אַלע זינד,און נעם אָן דאָס גוטע;און לאָמיר צאָלן אַנשטאָט אָקסן מיט אונדזערע ליפּן.

4אשור װעט אונדז נישט העלפֿן,אױף פֿערד װעלן מיר נישט רײַטן,און מיר װעלן מער נישט זאָגן: אלוקינו,צום װערק פֿון אונדזערע הענט;װאָרעם דורך דיר װערט דערבאַרעמט דער עלנדער.

5איך װעל הײלן זײער אָפּקערונג,איך װעל זײ ליב האָבן האַרציק,װאָרעם מײַן צאָרן האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים.

6איך װעל זײַן װי דער טױ צו יִשׂרָאֵל;ער װעט בליען װי אַ ליליע,און שלאָגן זײַנע װאָרצלען װי דער לבֿנוֹן.

7זײַנע צװײַגן װעלן זיך שפּרײטן,און זײַן גלאַנץ װעט זײַן װי פֿון אײלבערטבױם,און אַ ריח װעט ער האָבן װי דער לבֿנוֹן.

8די װאָס זיצן אין זײַן שאָטןװעלן װידער אױפֿברענגען תּבֿואה,און זײ װעלן בליען װי אַ װײַנשטאָק;זײַן דופֿט װי דער װײַן פֿון לבֿנוֹן.

9אפֿרים װעט זאָגן:װאָס קער איך זיך אָן מער מיט געצנבילדער.איך ענטפֿער, און װעל אים אָנקוקן;איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער ציפּרעס;פֿון מיר װערט געקראָגן דײַן פֿרוכט.

10װער קלוג איז זאָל דאָס פֿאַרשטײן,װער פֿאַרשטאַנדיק זאָל עס מערקן,װאָרעם רעכטפֿאַרטיק זײַנען די װעגן פֿון ה׳,און די גערעכטע גײען אין זײ,און די פֿאַרברעכער װערן געשטרױכלט אין זײ.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]