Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Numbers 17 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

16און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און נעם פֿון זײ צו שטעקן, צו שטעקן פֿון אַ פֿאָטערהױז, פֿון אַלע זײערע פֿירשטן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, צװעלף שטעקנס; איטלעכנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשרײַבן אױף זײַן שטעקן. 18און אַהרֹנס נאָמען זאָלסטו אױפֿשרײַבן אױף דעם שטעקן פֿון לֵוִי, װאָרעם אײן שטעקן זאָל זײַן פֿאַר דעם הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער. 19און זאָלסט זײ אַװעקלײגן אין אוֹהל-מוֹעד, פֿאַרן צײגנים, װאָס איך אַנטפּלעק זיך צו אײַך דאָרטן. 20און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס איך װעל אים אױסדערװײלן, װעט זײַן שטעקן אױפֿשפּראָצן; און איך װעל אײַנשטילן פֿון אַרום מיר די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ מורמלען אַקעגן אײַך.

21האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע זײערע פֿירשטן האָבן אים געגעבן צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט, צו שטעקן פֿון איטלעכן פֿירשט, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, צװעלף שטעקנס; און דער שטעקן פֿון אַהרֹנען איז געװען צװישן זײערע שטעקנס. 22און משה האָט אַװעקגעלײגט די שטעקנס פֿאַר ה׳, אין דעם געצעלט פֿון צײגנים. 23און עס איז געװען אױף מאָרגן, אַז משה איז געקומען אין דעם געצעלט פֿון צײגנים, ערשט דער שטעקן פֿון אַהרֹנען פֿאַר לֵוִיס הױז האָט אױפֿגעשפּראָצט, און אַרױסגעלאָזט שפּראָצונג, און געבליט בליעכץ, און געצײַטיקט מאַנדלען. 24האָט משה אַרױסגעטראָגן אַלע שטעקנס פֿון פֿאַר ה׳ צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן איבערגעקוקט, און גענומען איטלעכער זײַן שטעקן.

25און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קער אום אַהרֹנס שטעקן פֿאַרן צײגנים, פֿאַר אַ היטונג, פֿאַר אַ צײכן צו די װידערשפּעניקע קינדער, כּדי זאָלסט מאַכן אַן ענד צו זײערע מורמלערײַען אַרום מיר, און זײ זאָלן נישט שטאַרבן. 26האָט משה דאָס געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.

27האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: זע, מיר קומען אום, מיר גײען אונטער, אַלע גײען מיר אונטער. 28איטלעכער װאָס גענענט – װאָס גענענט צום מישכּן פֿון ה׳, שטאַרבט; צי װעלן מיר אין גאַנצן אומקומען?

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]