Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Esther 10 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1און דער מלך אַחַשוֵרוֹש האָט אַרױפֿגעלײגט אַ צינדז אױפֿן לאַנד, און אױף די אינדזלען פֿון אים. 2און די מעשׂה פֿון זײַן שטאַרקײט און זײַנע גבֿורות, און די אױסדערצײלונג פֿון מָרדכַיס גרױסקײט װאָס דער מלך האָט אים געגרײסט, זײ זײַנען שױן פֿאַרשריבן אין דעם בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון מָדַי און פָּרַס. 3װאָרעם מָרדכַי דער ייִד איז געװען דער שני-למלך פֿון אַחַשוֵרוֹשן, און גרױס בײַ ייִדן, און באַליבט בײַ זײַנע פֿיל ברידער. ער האָט געזוכט גוטס פֿאַר זײַן פֿאָלק, און גערעדט צום פֿריד פֿאַר זײַן גאַנצן שטאַם.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]