Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 This Melchizedek, king of Salem, priest of the Most High, our Father, met Abraham returning from defeating the kings and blessed him. ווארום דער דאזיקער מלכי‑צדק, קעניג פון שלם, א כהן פון ג‑ט דעם אויבערשטער, וואס איז אנטקעגנגעגאנגען אברהמען, ווען ער האט זיך אומגעקערט פונם שלאגן די מלכים און אים געבענטשט,
2 Abraham gave him a tenth of everything. His name means, first, king of righteousness, then also king of Salem—meaning king of peace. צו וועמען אברהם האט אויסגעטיילט מעשר פון אלעם—ערשטנס באטייט זיין נאמען קעניג פון גערעכטיקייט (ציטירן ניטציטירן) און דערנאך אויך מלך שלם (ציטירן ניטציטירן), דאס הייסט קעניג פון פרידן (ציטירן ניטציטירן); (בראשית יד, יח-כ.)
3 Without father, without mother, without genealogy, no beginning of days or end of life, but like the Son of our Father, he remains a priest forever. אָן א פאטער, אָן א מוטער, אָן א יחוס, האט נישט קיין אנהויב פון טעג און נישט קיין סוף פון לעבן, אבער ענלעך צום זון פון דער אויבערשטער, בלייבט א כהן אויף אייביק.
4 Consider how great this man was: Abraham the patriarch gave him a tenth of the plunder. נו, באטראכט ווי גרויס עס איז געווען דער דאזיקער מענטש, צו וועמען אברהם אבינו האט געגעבן מעשר פון דעם מלחמה-געווינסט.
5 Those descendants of Levi who become priests are commanded by the law to collect the tenth from the people—their own brothers—though they too descend from Abraham. און די, פון די בני לוי, וואס האבן באקומען די כהונה, האבן א מצווה פון דער תורה, צו נעמען מעשר פון פאלק, דאס הייסט זייערע ברידער, הגם זיי קומען ארויס פון אברהמס לענדן;
6 But he, though not descended from them, took a tenth from Abraham and blessed the one who held the promises. אבער ער, וואס שטאמט נישט אפ פון זיי, האט גענומען מעשר פון אברהמען און געבענטשט אים, וואס האט געהאט די הבטחות.
7 It is beyond all dispute that the lesser is blessed by the greater. און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן.
8 In one case, tithes are received by mortal men; in the other, by one testified to be alive. און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט.
9 One might even say Levi, who receives the tenth, paid it through Abraham, און, עס איז אזוי צו זאגן, דורך אברהמען האט אויך לוי, ער, וואס נעמט מעשר, געגעבן מעשר;
10 for he was still in his ancestor's body when Melchizedek met Abraham. ווארום ער איז נאך דאן געווען אין די לענדן פון זיין פאטער, ווען מלכי‑צדק איז אים אנטקעגנגעגאנגען.
11 If the Levitical priesthood brought perfection—the people received the law under it—why was another priest needed, one in Melchizedek's order, not called after Aaron's order? דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן?
12 For when the priesthood changes, the law must change as well. ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה.
13 For he of whom these things are said belonged to another tribe, from which no one has ever served at the altar. ווייל ער, פון וועמען די דאזיקע זאכן זענען געזאגט געווארן, האט באלאנגט צו אן אנדער שבט, פון וועלכן קיינער האט נישט געדינט ביים מזבח.
14 Clearly our Lord descended from Judah; Moses said nothing about priests from that tribe. ווארום עס איז קלאר, אז אונדזער האר האט געשטאמט פון יהודה, וועגן וועלכן שבט משה האט גארנישט געזאגט וואס שייך כהנים.
15 And this becomes even more evident when another priest arises in the likeness of Melchizedek, און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק,
16 who has become a priest not by a law of physical descent but by the power of an indestructible life. וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן;
17 For it is testified about him, "You are a priest forever, in the order of Melchizedek." ווארום עס איז עדות געזאגט געווארן וועגן אים: דו ביסט א כהן אויף אייביק, לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
18 On the one hand, a former commandment is set aside because of its weakness and uselessness. ווארום עס געשעט טאקע, אז א פריערדיק געבאט ווערט בטל צוליב זיין שוואכקייט און נוצלאזיקייט.
19 The law perfected nothing; but a better hope is introduced, through which we draw near to our Father. ווארום די תורה האט קיין זאך נישט שלמותדיק געמאכט, נאר דאס אריינפירן פון א גרעסערער האפענונג, דורך וועלכער מיר דערנענטערן זיך צו ה׳.
20 This was not without an oath, for the others became priests without an oath, און היות ער איז עס נישט געווארן אָן א שבועה, ווארום זיי טאקע זענען געווארן כהנים אָן א שבועה,
21 but he became a priest with an oath, by the one who said to him: "Our Father has sworn and will not change his mind, 'You are a priest forever.'" אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט: דער האר האט געשוואוירן, און וועט נישט קיין חרטה האבן: דו ביסט א כהן אויף אייביק;
22 To that same degree, Jesus has become the guarantor of a better covenant. אזוי איז יהושע/ישוע געווארן אן ערב פון א בעסערן בונד.
23 The former priests were many, because death prevented them from continuing in office, און יענע אבער זענען געווארן מערצאליקע כהנים צוליב דעם, וואס דער טויט האט זיי געשטערט צו בלייבן;
24 but he holds his priesthood permanently, because he continues forever. אבער ער, צוליב דעם וואס ער בלייבט אויף אייביק, האט א כהונה אומפארענדערלעך.
25 So he can fully save those who come to our Father through him, since he always lives to plead their case. פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.
26 Such a high priest suited us: holy, blameless, unstained, separated from sinners, raised above the heavens. ווארום פאר אונדז איז געווען פאסן אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייבט איבער די הימלען;
27 Unlike those high priests, he doesn't need to offer sacrifices daily—first for his own sins, then for the people's—since he did this once for all, offering himself. וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין.
28 The law appoints weak men as high priests, but the oath's word, coming after the law, appoints the Son, made perfect forever. ווארום די תורה האט באשטימט פאר כהנים גדולים מענטשן, וואס האבן געהאט שוואכקייט; אבער דאס ווארט פון דער שבועה, וואס איז שפעטער ווי די תורה, באשטימט דעם זון, וואס איז געמאכט פולקום אויף אייביק.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]