Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 6 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So let's leave basic teaching about Christ and move toward maturity, not laying again a foundation of repentance from dead works and faith toward our Father, דערפאר, איבערלאזנדיק דעם אנהויב פון משיחס ווארט, לאמיר זיך דערנענטערן צו שלימות, נישט לייגנדיק נאכאמאל דעם יסוד פון תשובה פון טויטע מעשים און פון אמונה אין ה׳,
2 of instruction about baptisms, the laying on of hands, the resurrection of the dead, and eternal judgment. פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט.
3 And this we will do, if our Father permits. און דאס דאזיקע וועלן מיר טאן, אם ירצה ה׳.
4 For it is impossible for those once enlightened, who tasted the heavenly gift, shared in the Holy Spirit, ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש,
5 and have tasted the goodness of our Father's word and the powers of the age to come, און האבן טועם געווען דאס גוטע ווארט פון ה׳, און די כוחות פון דער קומענדיקער וועלט,
6 and, having fallen away, to renew them again to repentance, since they crucify the Son of our Father anew to their own harm, holding him up to contempt. און זענען אפגעפאלן, זיי ווידער צו באנייען צו תשובה, ווייל זיי אויפהענגען אויף דער בוים אויפסניי צו זיך אליין דעם זון פון דער אויבערשטער און מאכן אים צו שאנד בפרהסיא.
7 Land that drinks the rain often falling on it, and yields a useful crop for its farmers, receives a blessing from our Father. ווארום די ערד, וועלכע טרינקט דעם רעגן, וואס קומט אפט אויף איר און גיט ארויס גרייטעכצער, וואס איז גוט פאר די, וועלכע באארבעטן זי, באקומט א ברכה פון ה׳;
8 But if it produces thorns and thistles, it's worthless, close to a curse, and ends in burning. אבער אויב זי גיט ארויס דערנער און שטעכלקעס, איז זי פארשטויסן און נאענט צו א קללה; איר סוף איז פארברענט צו ווערן.
9 But about you, beloved, we're convinced of better things—things tied to salvation—even though we speak this way. מיר אבער זענען זיכער, געליבטע, וועגן בעסערס ביי אייך און וואס איז באגלייטן צו ישועה, הגם מיר רעדן אזוי;
10 For our Father is not unjust—he won't forget your work and the love you've shown for his name, serving our Father's people, as you still do. ווארום ה׳ איז נישט אומגערעכט צו פארגעסן אייערע מעשים און די ליבע, וועלכע איר האט ארויסגעוויזן צו זיין נאמען דערמיט, וואס איר האט באדינט די קדושים און באדינט זיי נאך.
11 We want each of you to show the same diligence for full assurance of hope until the end, נאר מיר באגערן, אז יעדער איינער פון אייך זאל ארויסווייזן די זעלביקע אייפריקייט צו דער דערפילונג פון דער האפענונג ביז צום סוף;
12 so that you don't become lazy, but imitate those who inherit the promises through faith and patience. כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות.
13 For when our Father promised Abraham, since he had no one greater to swear by, he swore by himself, ווארום ווען ה׳ האט געמאכט די הבטחה צו אברהמען, אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין גרעסערן, ביי וועמען צו שווערן, האט ער געשוואוירן ביי זיך אליין,
14 saying, "I will surely bless you and surely multiply you." און געזאגט: בענטשנדיק, וועל איך דיך בענטשן און פארמערנדיק, וועל איך דיך פארמערן. (בראשית כב, יז.)
15 And so Abraham, after waiting patiently, received the promise. און אזוי, אויסהאלטנדיק געדולדיק, האט ער דערגרייכט די הבטחה.
16 People swear by someone greater, and the oath settles every dispute. ווארום מענטשן שווערן ביי א גרעסערן, און די שבועה, ווי א באשטעטיקונג, איז ביי זיי דער סוף אין יעדן סכסוך.
17 Wanting to show the heirs of the promise even more clearly that his purpose never changes, our Father guaranteed it with an oath, און ה׳, ווילנדיק נאכמער ארויסווייזן צו די יורשים פון דער הבטחה, די נישטפארענדערלעכקייט פון זיין עצה, האט צוגעלייגט דערצו א שבועה,
18 so that, through two unchangeable things in which our Father cannot lie, we who fled for refuge might have strong encouragement to grasp the hope set before us. כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן
19 This hope is an anchor for the soul, safe and firm, entering the inner place behind the curtain, וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת;
20 where Jesus entered as forerunner on our behalf, becoming high priest forever in Melchizedek's order. וואואהין יהושע/ישוע, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]