1די שפּריכװערטער פֿון שלמהן.אַ זון אַ חכם דערפֿרײט זײַן פֿאָטער,און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון זײַן מוטער.
2אומגערעכטע אוֹצרות נוצן נישט,אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
3ה׳ לאָזט נישט פֿאַרהונגערן דעם לײַב פֿון דעם צדיק,און די געריקײט פֿון די רשעים פֿאַרשטױסט ער.
4אָרים איז דער װאָס אַרבעט מיט אַן אָפּגעלאָזטער האַנט,און די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װערט רײַך.
5אַ קלוגער זון זאַמלט אום זומער,אַ זון אַ טױגעניכטס שלאָפֿט אין שניטצײַט.
6ברכות אױפֿן קאָפּ איז דער צדיק;און דאָס מױל פֿון די רשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.
7די דערמאָנונג פֿון צדיק איז אַ בענטשונג,און דער נאָמען פֿון די רשעים װערט פֿאַרפֿױלט.
8דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן,און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.
9דער װאָס גײט מיט ערלעכקײט גײט אין זיכערקײט,און דער װאָס פֿאַרדרײט זײַנע װעגן װערט אָנגעלערנט.
10דער װאָס װינקט מיטן אױג שאַפֿט פֿאַרדראָס,און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.
11דאָס מױל פֿון דעם צדיק איז אַ קװאַל פֿון לעבן,און דאָס מױל פֿון די רשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.
12שׂינאה װעקט אױף קריג,און אױף אַלע פֿאַרברעכן פֿאַרדעקט ליבשאַפֿט.
13אױף די ליפּן פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקןגעפֿינט זיך חכמה,און אַ רוט פֿאַרן רוקןפֿון דעם װאָס אָן שׂכל.
14חכמים באַהאַלטן די קענשאַפֿט,אָבער דאָס מױל פֿון די נאַרן איז אַ נאָנטער בראָך.
15דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקע שטאָט,דער בראָך פֿון די אָרימע לײַט איז זײער דלות.
16דער לױן פֿון דעם צדיק איז לעבן,דער אײַנקום פֿון דעם רשע איז זינד.
17אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר,און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט.
18דער װאָס פֿאַרדעקט שׂינאה מיט פֿאַלשע ליפּן,און דער װאָס פֿאַרשפּרײט רכילות, ער איז אַ נאַר.
19בײַ פֿיל װערטער קען נישט אױסגעמיטן װערן זינד,און דער װאָס קאַרגט זײַנע ליפּן איז אַ קלוגער.
20געקליבנסטע זילבער איז די צונג פֿון דעם צדיק,דער שׂכל פֿון די רשעים איז װינציק װאָס װערט.
21די ליפּן פֿון די צדיקים שפּײַזן אַ סך,אָבער די נאַרן שטאַרבן װײַל זײ פֿעלט שׂכל.
22די ברכה פֿון ה׳, זי מאַכט רײַך,מע דאַרף צו מאָל נישט צולײגן מי דערבײַ.
23װי אַ שפּילכל איז בײַם נאַרן טאָן אַ נבֿלה,און אַ חכמה – בײַ אַ מענטשן מיט שׂכל.
24די שרעקעניש פֿון דעם רשע, זי װעט קומען אױף אים,און דעם באַגער פֿון די צדיקים װעט מען געבן.
25װי אַ שטורעם גײט אַריבער, אַזױ איז דער רשע נישטאָ,אָבער דער צדיק איז אַן אײביקער גרונטפֿעסט.
26װי עסיק פֿאַר די צײן, און װי רױך פֿאַר די אױגן,אַזױ איז דער פֿױלער פֿאַר די װאָס שיקן אים.
27מורא פֿאַר ה׳ לײגט צו טעג,און די יאָרן פֿון די רשעים װערן געקירצט.
28די װאַרטעניש פֿון די צדיקים לאָזט זיך אױס אין פֿרײד,און די האָפֿענונג פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.
29אַ באַשיצונג פֿאַר ערלעכקײט איז דער װעג פֿון ה׳,אָבער אַ בראָך פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.
30דער צדיק װעט זיך קײן מאָל נישט אױסגליטשן,אָבער די רשעים װעלן נישט בלײַבן אין לאַנד.
31דאָס מױל פֿון דעם צדיק שפּראָצט מיט חכמה,און די פֿאַרקערטע צונג װערט פֿאַרשניטן.
32די ליפּן פֿון דעם צדיק װײסן גוטװיליקײט,און דאָס מױל פֿון די רשעים – פֿאַרקערטקײט.