Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Malachi 4 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

3:19װאָרעם זע, דער טאָג קומט,ער ברענט װי אַן אױװן,און אַלע מוטװיליקע און אַלע װאָס טוען שלעכטסװעלן זײַן שטרױ,און אָנצינדן װעט זײ דער טאָג װאָס קומט,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,אַז ער װעט זײ נישט איבערלאָזןאַ װאָרצל אָדער אַ צװײַג.

3:20אָבער אײַך, װאָס האָט מורא פֿאַר מײַן נאָמען,װעט אױפֿגײן די זון פֿון גערעכטיקײטמיט הײלונג אין אירע פֿליגלען;און איר װעט אַרױסגײןאון װעט שפּרינגען װי קעלבער פֿון שטאַל.

3:21און איר װעט צודריקן די רשעים,װאָרעם זײ װעלן זײַן אַש אונטער אײַערע פֿוסטריטאין דעם טאָג װאָס איך באַשער,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

3:22געדענקט די תּורה פֿון מײַן קנעכט משהן,װאָס איך האָב אים באַפֿױלן אין חוֹרֵבֿ פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל,חוקים און געזעצן.

3:23זעט, איך שיק צו אײַך אֵלִיָהו הנבֿיא,אײדער עס קומט דער טאָג פֿון ה׳,דער גרױסער און דער מוֹראדיקער.

3:24און ער װעט אומקערן דאָס האַרץ פֿון די אָבֹות צו די קינדער,און דאָס האַרץ פֿון די קינדער צו זײערע אָבֹות,כּדי איך זאָל נישט קומען,און שלאָגן די ערד מיט אַ חרם.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]