Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Malachi 3 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1זע, איך שיק מײַן שליח,און ער װעט אָפּראַמען דעם װעג פֿאַר מיר,און פּלוצלינג װעט קומען צו זײַן הֵיכלהָאָדוֹן װעמען איר זוכט;און דער שליח פֿון ברית װעמען איר באַגערט,אָט קומט ער, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

2און װער קען אױסהאַלטן דעם טאָג פֿון זײַן קומען?און װער איז דער װאָס קען באַשטײן, װען ער באַװײַזט זיך?װאָרעם ער איז װי פֿײַער פֿון דעם שמעלצער,און װי לױג פֿון װעשער.

3און ער װעט זיצן װי אַ שמעלצער און אַ רײניקער פֿון זילבער,און װעט רײניקן די קינדער פֿון לֵוִי,און זײ לײַטערן װי גאָלד און װי זילבער;און זײ װעלן ברענגען צו ה׳קָרְבֳנוֹת אין גערעכטיקײט.

4און אָנגעלײגט װעט זײַן בײַ ה׳דער קָרבָּן פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם,װי אין די טעג פֿון אַמאָל,און װי אין פֿאַרצײַטיקע יאָרן.

5און איך װעל גענענען צום משפּט אױף אײַך,און איך װעל זײַן אַ שנעלער עדות,אַקעגן די מכשפֿים, און אַקעגן די נוֹאפֿים,און אַקעגן די װאָס שװערן פֿאַלש,און אַקעגן די װאָס רױבן דעם לױנאַרבעטער פֿון זײַן לױן,די אַלמנה און דעם יתום,און קריװדען דעם פֿרעמדן,און האָבן נישט קײן מורא פֿאַר מיר,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

6אָבער איך ה׳ ענדער זיך נישט,און איר קינדער פֿון יעקבֿ װעט נישט פֿאַרלענדט װערן.

7פֿון די טעג פֿון אײַערע עלטערן אָןהאָט איר זיך אָפּגעקערט פֿון מײַנע געזעצן,און זײ נישט געהיט;קערט אײַך אום צו מיר, און איך װעל זיך אומקערן צו אײַך,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.אָבער איר זאָגט: װעגן װאָס זאָלן מיר זיך אומקערן?

8צי דאַרף אַ מענטש באַרױבן אלֹקים,װאָס איר באַרױבט מיך?און איר זאָגט: אין װאָס באַרױבן מיר דיך?אין דעם מעשׂר און דער אָפּשײדונג.

9איר זײַט מיט אַ קללה פֿאַרשאָלטן,פֿון דעסט װעגן באַרױבט איר מיך,דאָס גאַנצע פֿאָלק.

10ברענגט דעם גאַנצן מעשׂר אין שאַצהױז,און זאָל זײַן שפּײַז אין מײַן הױז,און פּרוּװט מיך אַקאָרשט דערמיט,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,אױב איך װעל אײַך נישט עפֿענען די פֿענצטער פֿון הימל,און װעל אײַך נישט אַראָפּגיסן אַ ברכהביז איבער גענוג.

11און איך װעל אָנשרײַען פֿון אײַערטװעגן אױף דעם פֿאַרצערער,און ער װעט אײַך נישט פֿאַרװיסטן די פֿרוכט פֿון דער ערד,און אײַער װײַנשטאָק װעט נישט פֿאַרװאַרפֿן אין פֿעלד,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

12און אַלע פֿעלקער װעלן אײַך שאַצן גליקלעך,װאָרעם איר װעט זײַן אַ געװינטשט לאַנד,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

13פֿאַרשײַט זײַנען אײַערע רײד קעגן מיר,זאָגט ה׳. און איר זאָגט:װאָס האָבן מיר גערעדט אַקעגן דיר?

14איר האָט געזאָגט: אומזיסט איז דינען אלֹקים,און װאָס קומט אַרױס אַז מיר האָבן געהיט זײַן היטונג,און אַז מיר זײַנען אומגעגאַנגען פֿינצטערפֿון װעגן ה׳ צבָֿאוֹת?

15איז, אַצונד שאַצן מיר גליקלעך די מוטװיליקע;יאָ, אױפֿגעריכט געװאָרן זײַנען די װאָס טוען שלעכטס,יאָ, זײ האָבן געפּרוּװט אלֹקים, און זײַנען אַנטרונען געװאָרן.

16דענס מאָל האָבן די פֿאָרכטיקע פֿון ה׳גערעדט אײנער צום אַנדערן,און ג-ט האָט פֿאַרנומען און צוגעהערט,און אַ בוך פֿון דערמאָנונג איז אָנגעשריבן געװאָרן בײַ אים,פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן ה׳,און טראַכטן אָן זײַן נאָמען.

17און זײ װעלן מיר זײַן אַ טײַער אײגנס,זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,אין דעם טאָג װאָס איך באַשער;און איך װעל זיך דערבאַרעמען אױף זײ,װי אַ מאַן דערבאַרעמט זיך אױף זײַן זון װאָס דינט אים.

18און איר װעט װידער אײַנזעןצװישן דעם צדיק און דעם רשע,צװישן דעם װאָס דינט אלֹקים,און דער װאָס דינט אים נישט.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]