Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Hosea 3 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ װידער האָב ליב אַ פֿרױ, געליבט פֿון אַ ליבהאָבער, אָבער אַ נואפֿטע; אַזױ װי ה׳ האָט ליב די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ קערן זיך צו פֿרעמדער ג‑טער, און האָבן ליב ראָזינקעסקוכנס.

2האָב איך זי מיר געקױפֿט פֿאַר פֿופֿצן זילבערשטיק, און אַ חוֹמֶר גערשטן, און אַ לֶתֶך גערשטן. 3און איך האָב צו איר געזאָגט: פֿיל טעג זאָלסטו מיר זיצן אַלײן, זאָלסט נישט מזַנה זײַן, און נישט געהערן צו קײן מאַן, און דעס גלײַכן איך קעגן דיר. 4װאָרעם פֿיל טעג װעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיצן אָן אַ מלך, און אָן אַ האַר, און אָן אַ שלאַכטאָפּפֿער, און אָן אַ זײַלשטײן, און אָן אַן אֵפֿוֹד און תּרָפֿים. 5דערנאָך װעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך אומקערן, און זײ װעלן זוכן ה׳ זײער ג-ט, און דָוִד זײער מלך, און זײ װעלן אַנגסטן צו ה׳ און צו זײַן גוטס, אין סוף פֿון די טעג.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]