Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

James 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 My brothers and sisters, as believers in our glorious Lord Jesus Christ, do not show favoritism. ברידער מיינע, נישט מיט נושא־פנים־זיין זאלט איר האלטן די אמונה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דעם האר פון הערלעכקייט.
2 Say a man wearing a gold ring and fine clothes enters your assembly, and a poor man in shabby clothes enters too. ווארום ווען עס קומט אריין אין אייער שול א מאן מיט גאלדענע רינגען, פיינע מלבושים, און עס קומט אויך אריין אן ארעמאן אין פארבלאטיקטע קליידער;
3 If you notice the well-dressed one and say, "Sit here, a good seat," but tell the poor man, "Stand over there," or "Sit on the floor by my feet," און איר קוקט זיך אום אויף דעם, וועלכער טראגט די פיינע מלבושים, און זאגט: זעץ דיך דא אנידער אויף דעם בעסטן ארט; און דעם אביון זאגט איר: דו שטיי דארטן, אדער זעץ דיך אנידער אונטן אויף מיין פוסבענקל;
4 haven't you played favorites among yourselves and become judges guided by evil motives? צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?
5 Listen, my beloved brothers and sisters: Hasn't our Father chosen the world's poor to be rich in faith, heirs of the kingdom promised to those who love him? הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!
6 But you disrespected the poor. Don't the rich oppress you and drag you into court? איר אבער האט פארשעמט דעם ארעמאן. די רייכע לייט, צי דריקן זיי דען אייך נישט אונטער, און זיי אליין, צי שלעפן זיי אייך דען נישט צום בית דין?
7 Aren't they blaspheming the honorable name called over you? צי לעסטערן זיי דען נישט אליין דעם גוטן נאמען, וואס איז גערופן געווארן איבער אייך?
8 If you truly obey the royal law according to the Scripture, "Love your neighbor as yourself," you do well. דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל;
9 But if you show favoritism, you are sinning, and the law convicts you as lawbreakers. אויב אבער איר זענט נושא פנים, טוט איר א זינד, און ווערט פארמשפט פון דער תורה, ווי פושעים.
10 Whoever keeps the whole law but stumbles at one point is guilty of breaking it all. ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם.
11 For our Father, who forbade adultery, also forbade murder. So if you avoid adultery yet commit murder, you're a lawbreaker. ווארום דער, וועלכער האט געזאגט: לא תנאף (זאלסט נישט נואפן) האט אויך געזאגט: לא תרצח (זאלסט נישט מארדן); ווען אבער דו נואפסט נישט, באגייסט אבער א מארד, ביסטו געווארן א פושע אין דער תורה. (שמות כ, יג-יד.)
12 Speak and act as people who will be judged by the law of freedom. רעדט אזוי, און טוט אזוי, ווי (מענטשן, וואס) דארפן געמשפט ווערן דורך דער תורה פון פרייהייט.
13 Judgment is merciless to one who showed no mercy; mercy triumphs over judgment. ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.
14 What good is it, my brothers and sisters, if someone claims faith without works? Can that faith save him? וואס נוצט עס, ברידער מיינע, ווען איינער זאגט, ער האט אמונה, נאר קיין מעשים האט ער נישט? צי קען אים דען די (ציטירן ניטציטירן) אמונה העלפן?
15 Suppose a brother or sister is poorly clothed and lacking daily food, אויב א ברודער אדער א שוועסטער זענען נאקעט, און עס פעלט זיי די טאג טעגלעכע שפייז,
16 and one of you tells them, "Go in peace, stay warm and fed," but gives nothing for their bodily needs—what good is that? און עמיצער פון אייך זאגט צו זיי: גייט אייך לשלום, ווארעמט זיך אָן און זעטיקט זיך; איר גיט זיי אבער נישט דאס נויטווענדיקע פארן גוף, וואס נוצט עס?
17 In the same way, faith by itself, if it is not accompanied by works, is dead. אויך אזוי די אמונה, אויב זי האט נישט קיין מעשים, איז זי טויט פאר זיך אליין.
18 But someone will say, "You have faith, and I have works." Show me your faith without works, and I'll show you my faith from my works. נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים.
19 You believe that our Father is one; you do well. Even the demons believe that—and shudder. גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן.
20 Do you want me to show you, you foolish person, that faith apart from works is useless? דו ווילסט אבער וויסן, אָ פוסטער מענטש, אז גלויבן אָן מעשים איז טויט?
21 Was not Abraham our father justified by works when he offered his son Isaac on the altar? צי איז דען נישט אברהם אבינו גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, מקריב זייענדיק יצחקן זיין זון אויף דער עקידה?
22 You see that faith was working together with his works, and faith was completed by his works. זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק;
23 This fulfilled the Scripture: "Abraham believed our Father, and it was credited to him as righteousness"—he was called our Father's friend. און עס איז דערפילט געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט (בראשית טו, ו.); און ער איז גערופן געווארן א פריינד פון ג‑ט. (ישעיהו מא, ח.)
24 You see that a person is justified by works and not by faith alone. איר זעט, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך מעשים, און נישט דורך אמונה אליין.
25 Likewise, wasn't Rahab the prostitute also justified by works, welcoming the messengers and sending them out a different way? און אויף אן ענלעכן אופן איז דען רחב הזונה נישט גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, ווען זי האט אויפגענומען די מרגלים און זיי אוועקגעשיקט אויף אן אנדערן וועג? (יהושע ו, כה.)
26 As the body without the spirit is dead, so also faith without works is dead. ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]