Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

James 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 James, a servant of our Father and the Lord Jesus Christ, to the twelve tribes scattered among the nations: greetings. יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!
2 Consider it pure joy, my brothers and sisters, whenever you face trials of many kinds, נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות,
3 because you know that the testing of your faith produces perseverance. וויסנדיק, אז די אויספרואוואונג פון אייער אמונה ברענגט צו סבלנות.
4 Let perseverance finish its work so that you may be mature and complete, lacking nothing. זאל אבער די סבלנות האבן א שלמותדיקע פעולה, כדי איר זאלט זיין שלמותדיק און גאנץ, עס זאל אייך גארנישט פעלן.
5 If any of you lacks wisdom, ask our Father, who gives freely to all without criticizing, and it will be given you. אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.
6 Ask in faith, without doubting, for the doubter is like a sea wave, driven and tossed by the wind. נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט.
7 That person should not expect to receive anything from our Father. ווארום יענער מענטש זאל זיך (אפילו) נישט פארשטעלן, אז ער וועט עפעס באקומען ביי דעם האר.
8 Such a person is double-minded and unstable in all their ways. א מאן מיט צוויי (אנטקעגנגעזעצטע) דעות איז נישט פעסט אין קיינעם פון זיינע וועגן.
9 Let the believer in humble circumstances take pride in their high position, זאל דער שפלדיקער ברודער אבער זיך בארימען מיט זיין גדלות;
10 but let the rich boast in their low state, since they'll pass like a wildflower. און דער עושר מיט זיין שיפלות; ווייל ווי א בלום פון דעם גראז וועט ער פארגיין.
11 The sun rises with scorching heat and withers the grass. Its flower falls; its beauty vanishes. So the rich fade away amid their pursuits. ווארום די זון שיינט אויף מיט איר היץ, און פארוועלקט דאס גראז, און די בלום פאלט דערפון אראפ, און די חן פון זיין געשטאלט ווערט פארדארבן; פונקט אזוי וועט דער רייכער פארוועלקן אין זיינע וועגן.
12 Blessed is the one who endures trial, because once tested they'll receive the crown of life our Father promised to those who love him. וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.
13 When tempted, no one should say, "Our Father is tempting me." Evil can't tempt our Father, and he tempts no one. זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס;
14 But each person is tempted, dragged away and lured by their own evil desire. יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט.
15 Then desire conceives and gives birth to sin; sin, full-grown, gives birth to death. דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.
16 Don't be deceived, my dear brothers and sisters. בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע.
17 Every good and perfect gift is from above, coming down from the Father of lights, who never changes or casts a shifting shadow. יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.
18 By his choice, he gave us birth through the word of truth, so we'd be a kind of firstfruits of his creation. פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.
19 Know this, my dear brothers and sisters: everyone should be quick to listen, slow to speak, slow to anger, דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;
20 because human anger does not produce the righteousness of our Father. ווארום א מענטשנס צארן איז נישט ווירקט די גערעכטיקייט פון ה׳.
21 So strip off all moral filth and excess evil; humbly receive the word planted in you, able to save your souls. דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איבערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות.
22 Do not merely listen to the word, and so deceive yourselves. Do what it says. זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין.
23 Anyone who hears the word but doesn't act on it is like one who looks at his natural face in a mirror, ווייל אויב עמיצער איז א הערער פונם ווארט, און נישט קיין טוער, איז דער דאזיקער געגליכן צו א מאן, וועלכער קוקט אויף זיין לייבלעך פנים אין א שפיגל;
24 and, after looking at himself, goes away and immediately forgets what he looks like. ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען.
25 But whoever peers into the perfect law of freedom, continuing in it—not a forgetful hearer but a doer who acts—will be blessed in his doing. דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן.
26 If anyone thinks himself religious but doesn't control his tongue, he deceives his own heart—his religion is worthless. אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט.
27 Pure and spotless religion before our Father is this: caring for orphans and widows in their distress, and keeping oneself unstained from the world. א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]