Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 13 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Let love for one another as family continue. זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן.
2 Don't forget hospitality to strangers; through it some have hosted angels unaware. פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט.
3 Remember prisoners as though chained with them, and the mistreated, since you too are in the body. געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף.
4 Marriage should be honored among all, the marriage bed kept pure—our Father will judge the sexually immoral and adulterous. די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.
5 Keep your life free from the love of money; be content with what you have, for our Father himself has said, "I will never leave you, never abandon you." אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. (דברים לא, ו.)
6 So we say with confidence: Our Father is my helper; I will not fear. What can anyone do to me? אזוי, אז מיר קענען זאגן בטחון פול: דער האר (ג‑ט) איז מיין העלפער, איך וועל מיך נישט שרעקן; וואס וועט א מענטש מיר טאן? (תהלים קיח, ו.)
7 Remember your leaders who spoke our Father's word to you. Consider the outcome of their way of life, and imitate their faith. געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן.
8 Jesus Christ is the same yesterday and today and forever. יהושע/ישוע המשיח איז דער זעלביקער נעכטן, און היינט, און אויף אייביק.
9 Don't be swept away by strange, varied teachings. It's good for the heart to be strengthened by grace, not by foods—those who live by them gain nothing. לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.
10 We have an altar from which those who serve the tent have no right to eat. מיר האבן א מזבח, פון וועלכן די דינער פונם משכן האבן נישט קיין רעכט צו עסן.
11 For the bodies of animals whose blood the high priest brings into the sanctuary for sin are burned outside the camp. ווארום די קערפערס פון די בהמות, וועמעס בלוט דער כהן גדול האט אריינגעברענגט פאר לכפרת החטא אין דעם מקום קדוש אריין, ווערן פארברענט מחוץ למחנה.
12 So Jesus also suffered outside the gate to make the people holy through his own blood. דערפאר האט אויך יהושע/ישוע געליטן מחוץ לשער, כדי צו הייליקן דאס פאלק דורך זיין אייגן בלוט.
13 Therefore let us go out to him outside the camp, bearing the shame he endured. לאמיר דעריבער ארויסגיין צו אים אויסער דער מחנה און טראגן זיין חרפה.
14 For here we have no lasting city, but we are seeking the city that is to come. ווארום דא האבן מיר נישט קיין בלייבנדיקע שטאט, נאר די צוקונפטיקע זוכן מיר.
15 Through him, then, let us always offer our Father a sacrifice of praise—the fruit of lips confessing his name. לאמיר דעריבער תמיד מקריב זיין דורך אים א קרבן פון לויב צו ה׳, דאס הייסט די פירות פון ליפן, וואס זענען מתוודה צו זיין נאמען.
16 Don't forget to do good and share what you have—such sacrifices please our Father. און פארגעסט נישט צו טאן גוטס און אויסצוטיילן (צו ארעמעלייט); ווארום אזעלכע קרבנות זענען וואוילגעפעליק צו ה׳.
17 Obey your leaders and submit to them—they watch over your souls, since they'll answer for you. Let them do this joyfully, not with groaning, for that profits you nothing. זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.
18 Pray for us, since we're sure our conscience is clear, wanting to act honorably in everything. זייט מתפלל פאר אונדזערטוועגן; ווארום מיר זענען זיכער, אז מיר האבן א גוט געוויסן, און עס איז אונדזער פארלאנג אין אלעם צו פירן אן ערלעך לעבן.
19 I urge you even more to do this, so I may be restored to you sooner. נאכמער בעט איך אייך צו טאן דאס דאזיקע, כדי איך זאל גיכער צוריקגעגעבן ווערן צו אייך.
20 May our Father of peace, who raised our Lord Jesus—the great Shepherd of the sheep—from the dead by the blood of the eternal covenant, און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,
21 complete you in every good thing to do his will, working in us what pleases him through Jesus Christ, to whom be glory forever and ever. Amen. זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
22 Brothers and sisters, I urge you to bear with this word of encouragement—I've written only briefly. און איך בעט אייך, ברידער, אז איר זאלט אננעמען דאס ווארט פון שטראף רייד, ווארום איך האב געשריבן צו אייך א קורצן בריוו.
23 Know that our brother Timothy has been released; if he comes soon, I will see you with him. איר זאלט וויסן זיין, אז אונדזער ברודער טימאטעוס איז באפרייט געווארן, מיט וועמען, אויב ער וועט קומען אין גיכן, איך וועל אייך זען.
24 Greet all your leaders and all the saints. Those from Italy send you greetings. גיט אפ שלום אלע אייערע מנהיגים און אלע קדושים. די, וואס זענען פון איטאליען, געבן אייך אפ שלום.
25 Grace be with you all. Amen. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]