Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 12 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So, with so great a cloud of witnesses surrounding us, let's strip off every weight and the sin that clings so tightly, and run with endurance the race laid out before us. דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז,
2 Looking to Jesus, the founder and perfecter of our faith, who for the joy set before him endured the cross, despising its shame, and is seated at the right hand of our Father's throne. און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.
3 Weigh how he endured such hostility from sinners against himself, so you don't grow weary or lose heart. ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן.
4 In your struggle against sin you have not yet resisted to the point of shedding your blood. איר האט נאך אלץ נישט זיך אנטקעגנגעשטעלט ביז בלוט, ראנגלענדיק מיט דער זינד;
5 Have you forgotten the encouragement addressing you as sons? "My son, don't dismiss our Father's discipline, or lose heart when he corrects you. און האט פארגעסן די ווארנונג, וועלכע רעדט צו אייך ווי צו זין: מיין זון, פאראכט נישט דעם מוסר פון דעם האר (ג‑ט), פאל נישט ביי זיך אראפ, ווען דו ווערסט פון אים געשטראפט;
6 For our Father disciplines the one he loves, and chastises every son whom he receives." ווארום וועמען דער האר (ג‑ט) האט ליב, דעם מוסרט ער, און שלאגט יעדן זון, וועמען ער נעמט אָן. (משלי ג, יא-יב.)
7 It is for discipline that you endure. Our Father is treating you as sons; for what son is there whom his father does not discipline? אויב איר האלט אויס מוסר, באציט זיך ה׳ צו אייך ווי צו זין; ווארום וואס פאר א זון איז דאס, וועמען דער פאטער מוסרט נישט?
8 If you lack the discipline all children share, you're illegitimate, not sons. אבער אויב איר זענט יא אָן מוסר, פון וועלכן אלע זענען אנטיילנעמער, אזוי זענט איר ממזרים און נישט קיין זין.
9 Then too, we had physical fathers who disciplined us, and we respected them. Shouldn't we submit far more to the Father of spirits, and live? מיר האבן דאך אויך געהאט לייבלעכע פאטערס, וואס האבן אונדז באשטראפט, און מיר האבן זיי אפגעגעבן כבוד; צי זאלן מיר דען נישט פיל מער זיך אונטערטעניקן צו דעם פאטער פון די גייסטער און לעבן?
10 They disciplined us briefly as they saw fit; he disciplines us for our good, so we may share his holiness. ווארום במשך טאקע פון ווייניקע טעג האבן זיי אונדז געציכטיקט און לויט זייער איינזען; ער אבער פאר אונדזער נוצן, כדי מיר זאלן האבן א חלק אין זיין קדושה.
11 For the moment all discipline seems painful rather than pleasant, but later it yields the peaceful fruit of righteousness to those who have been trained by it. יעדע באשטראפונג אין איר צייט שיינט טאקע אויס צו זיין נישט קיין פרייד נאר א טרויער; שפעטער אבער גיט זי די פרידלעכע פרוכט פון גערעכטיקייט צו די, וואס זענען אויסגעאיבט דורך איר.
12 Therefore lift your drooping hands and strengthen your weak knees, דערפאר זאלט איר אויפהייבן די הענט, וואס הענגען אראפ און די קניען, וואס זענען שוואך געווארן;
13 and make straight paths for your feet, so the lame limb won't be dislocated but instead healed. און גלייכע שטעגלעך זאלט איר מאכן פאר אייערע פיס, כדי דאס לאמע זאל זיך נישט אפנייגן, נאר גיכער זאל עס געהיילט ווערן.
14 Pursue peace with everyone, and the holiness without which no one will see our Father. יאגט נאך שלום מיט אלעמען און די הייליקונג, אָן וועלכער קיינער וועט נישט זען דעם האר;
15 Watch that no one falls short of our Father's grace, that no root of bitterness grows up to cause trouble and make many unclean, און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;
16 that no one is sexually immoral or unholy like Esau, who sold his birthright for one meal. אז עס זאל נישט זיין קיין נואף אדער חלל, ווי עשיו, וואס האט פאר אן איין איינציקע שפייז אוועקגעגעבן זיין בכורה.
17 You know that afterward, wanting to inherit the blessing, he was rejected, for he found no opportunity to reverse the decision, though he sought the blessing with tears. ווארום איר ווייסט, אז אפילו שפעטער, ווען ער האט געוואלט ירשענען די ברכה, איז ער פארווארפן געווארן; ווארום ער האט נישט געפונען קיין מעגלעכקייט פון תשובה, הגם ער האט זי געזוכט מיט טרערן.
18 For you have not come to what can be touched, and blazing fire, and darkness, and gloom, and storm, ווארום איר זענט נישט געקומען צו קיין בארג, וואס מען קען אנרירן און וואס ברענט מיט פייער, און צו טונקלקייט און צו פינצטערניש און שטורם,
19 and a trumpet blast, and a voice of words, whose hearers begged no more be said to them. און דעם קול פון א שופר און א קול פון ווערטער, וואס די צוהערער האבן געבעטן, אז קיין ווארט זאל מער צו זיי נישט גערעדט ווערן,
20 For they could not bear the command: "If even an animal touches the mountain, it must be stoned." ווארום זיי האבן נישט געקענט דערטראגן דאס, וואס איז געבאטן געווארן; (ציטירן ניטציטירן) אפילו אויב א בהמה וועט אנרירן דעם בארג, זאל מען זי שטייניקן;
21 Indeed, so terrifying was the sight that Moses said, "I am trembling with fear." און, די דערשיינונג איז געווען אזוי שרעקלעך, אז משה האט געזאגט; איך בין פול מיט מורא און ציטער;
22 But you have come to Mount Zion, city of the living Father, heavenly Jerusalem, and to countless angels in joyful assembly, נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים,
23 and to the assembly of the firstborn enrolled in heaven, and to our Father, judge of all, and to the spirits of the righteous made perfect, צו א פייערלעכער עדה און קהלה פון בכורים, וואס זענען איינגעשריבן אין הימל, און צו ה׳ (זענט איר געקומען), דעם שופט פון אלעמען, און צו די גייסטער פון צדיקים מושלמים,
24 and to Jesus, mediator of a new covenant, and to sprinkled blood speaking a better word than Abel's blood. און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט).
25 See that you don't refuse the One speaking. If those who refused the One warning them on earth didn't escape, how much less will we, if we turn from the One warning from heaven. היט זשע זיך, נישט צו פאראכטן דעם, וואס רעדט. ווארום אויב יענע זענען נישט ניצול געווארן, וואס האבן פאראכט דעם, וואס האט גערעדט אויף דער ערד, אויף וויפל ווייניקער וועלן מיר (ניצול ווערן), וואס וועלן זיך אפקערן פון אים, וואס (רעדט) פון הימל,
26 Then his voice shook the earth; now he has promised: "Yet once more I will shake not only the earth but also the heavens." וועמעס קול האט אמאל געמאכט ציטערן די ערד; און איצט האט ער מבטיח געווען, זאגנדיק: נאכאמאל וועל איך מאכן ציטערן נישט בלויז די ערד, נאר אויך דעם הימל. (חגי ב, ו.)
27 The phrase "Yet once more" signals removal of shaken things—that is, created things—so the unshaken may remain. און דאס ווארט נאכאמאל (ציטירן ניטציטירן) מאכט קלאר די פארענדערונג פון זאכן, וואס ציטערן אלס זאכן געשאפענע, כדי די, וואס ציטערן נישט, זאלן בלייבן.
28 So, receiving an unshakable kingdom, let's hold on to thankfulness and offer our Father acceptable worship, with reverence and awe, דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד;
29 for our Father is a consuming fire. ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]