Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 So, holy brothers sharing a heavenly call, consider Jesus, the apostle and high priest we confess. דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,
2 He was faithful to the one who appointed him, as Moses also was in all our Father's house. וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז.
3 Jesus deserves far more glory than Moses, as a house's builder deserves more honor than the house itself. ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין.
4 For every house is built by someone, but the builder of all things is our Father. ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳.
5 Moses was faithful in all our Father's house, a servant testifying to what would be spoken later. און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן;
6 But Christ, as son, is faithful over his house. And we are his house—if we hold firm the confidence and hope we boast in. אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.
7 So, as the Holy Spirit says: "Today, if you hear his voice, דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט: היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,
8 do not harden your hearts as you did in the rebellion, on the day of testing in the wilderness, זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה, אין דעם טאג פון אויספרואוון אין דער מדבר,
9 where your ancestors put me to the test and saw my works for forty years. וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג.
10 That is why I was angry with that generation, and I said, 'Their hearts are always going astray, and they have not known my ways.' דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור, און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ, און האבן נישט געקענט מיינע וועגן;
11 So I swore in my anger, 'They will never enter my rest.'" אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין. (תהלים צה, ז-יא.)
12 Brothers, watch that none of you has an evil, unbelieving heart that deserts the living Father. גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט;
13 But encourage each other daily, while it is called "today," so none of you becomes hardened by sin's deceit. נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד;
14 For we have become sharers in Christ, if we truly keep our first confidence firm to the end. ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;
15 As it is said: "Today, if you hear his voice, do not harden your hearts as when you rebelled." אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן: היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה.
16 Who heard and rebelled? Wasn't it all who left Egypt through Moses? ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן?
17 With whom was he angry forty years? Was it not with those who sinned, whose bodies fell in the wilderness? און קעגן וועמען האט ער געצארנט פערציק יאר לאנג? צי דען נישט קעגן די, וואס האבן געזינדיקט, וועמעס פגרים זענען געפאלן אין דער מדבר?
18 Who did he swear would never enter his rest, except those who disobeyed? און צו וועמען האט ער געשוואוירן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין זיין מנוחה, אויב נישט צו די ווידערשפעניקע?
19 So we see they couldn't enter because of lack of faith. און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]