Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Hebrews 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Since the promise to enter his rest still stands, let us be careful that none of you seems to have missed it. לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק.
2 We too had good news preached to us, as they did. But the message heard didn't benefit them, since they didn't combine it with faith, as those who listened did. ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער.
3 We who believed enter that rest, as he said: "In my wrath I swore, they will never enter my rest." Yet his works were finished since the foundation of the world. ווארום מיר, די מאמינים, קומען אריין אין דער מנוחה, ווי ער האט געזאגט: אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין; הגם די מעשים זענען געווען פארענדיקט פונם אנהויב פון דער וועלט.
4 For somewhere he says of the seventh day: "And our Father rested on the seventh day from all his works." ווארום וועגן דעם זיבעטן טאג האט ער אין א געוויסער שטעלע אזוי געזאגט: און דעם זיבעטן טאג האט ה׳ גערוט פון אלע זיינע ווערק; (בראשית ב, ב.)
5 And again in the same passage he says, "They will never enter my rest." און אין דער דאזיקער שטעלע ווידער: זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה.
6 Since it remains that some enter it, and those first given the good news failed to enter through their disobedience, דעריבער, אזוי ווי עס איז געבליבן פאר אייניקע אריינצוקומען אין דער מנוחה, און די, צו וועמען די בשורה טובה איז צום ערשט אנגעזאגט געווארן, זענען נישט אריינגעקומען דורך אומגלויבן,
7 so again he sets a day, "Today," speaking through David much later, as already said: "Today, if you hear his voice, do not harden your hearts." האט ער ווידער באשטימט א טאג, א היום (ציטירן ניטציטירן), זאגנדיק דורך דודן נאך א לאנגער צייט; לויט ווי עס איז פריער געזאגט געווארן: היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער.
8 For if Joshua had given them rest, our Father would not have spoken later about another day. ווארום אויב יהושע וואלט זיי געהאט פארשאפט מנוחה, וואלט ער שפעטער נישט גערעדט פון אן אנדערן טאג.
9 So then, there remains a Sabbath rest for the people of our Father. אזוי ארום בלייבט נאך א מנוחת שבת פאר ה׳ס פאלק.
10 Whoever has entered our Father's rest has also rested from his works, as our Father did from his own. ווארום דער, וואס איז אריינגעקומען אין זיין מנוחה, האט אויך גערוט פון זיינע ווערק, ווי ה׳ פון זיינע.
11 So let's strive to enter that rest, so no one falls by the same pattern of disobedience. לאמיר זשע זיך פלייסן אריינצוקומען אין יענער מנוחה, כדי קיינער זאל נישט פאלן לויט דעם זעלביקן ביישפיל פון ווידערשפעניקייט.
12 For the word of our Father is alive and active, sharper than any two-edged sword, piercing to divide soul and spirit, joints and marrow, discerning the heart's thoughts and intentions. ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.
13 No creature is hidden from his sight; all lies naked and exposed to the eyes of the one we must answer to. און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.
14 So since we have a great high priest who has passed through the heavens—Jesus, Son of our Father—let's hold firmly to the faith we profess. דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.
15 We have no high priest unable to sympathize with our weaknesses, but one tested in every way as we are, yet without sin. ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.
16 Let us then approach the throne of grace boldly, so we may receive mercy and find grace to help us in time of need. לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]