Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Lamentations 2 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1װי האָט אֲדֹנָי אין זײַן כּעספֿאַרװאָלקנט די טאָכטער צִיוֹן!אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון הימל צו דער ערדדי שײנקײט פֿון יִשׂרָאֵל,און נישט געדאַכט אָן זײַן פֿוסבענקלאין טאָג פֿון זײַן כּעס!

2אֲדֹנָי האָט אומגעבראַכט אָן רחמנותאַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ;צעשטערט אין זײַן צאָרןדי פֿעסטונגען פֿון טאָכטער יהוּדה,זײ געבראַכט צו דער ערד;פֿאַרשװעכט דאָס קיניגרײַך און זײַנע האַרן!

3ער האָט אָפּגעהאַקט מיט גרימצאָרןדעם גאַנצן האָרן פֿון יִשׂרָאֵל;ער האָט צוריקגעצױגן זײַן רעכטע האַנטפֿון פֿאַרן שׂונא,און געברענט אין יעקבֿ װי אַ פֿלאַמפֿײַערװאָס פֿאַרצערט רונד אַרום.

4ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן װי אַ שׂונא,זיך געשטעלט מיט זײַן רעכטער האַנט װי אַ פֿײַנט,און געהרגעט אַלע גלוסטיקע פֿון אױג;אין געצעלט פֿון טאָכטער צִיוֹןהאָט ער אױסגעגאָסן װי אַ פֿײַער זײַן גרימצאָרן.

5אֲדֹנָי איז געװאָרן װי אַ שׂונא,ער האָט אומגעבראַכט יִשׂרָאֵל;אומגעבראַכט אַלע אירע פּאַלאַצן,צעשטערט זײַנע פֿעסטונגען,און געמערט בײַ טאָכטער יהוּדה קלאָגעניש און קלאָג.

6און ער האָט אָפּגעפֿליקטװי אַ גאָרטן זײַן בײַדל,ער האָט צעשטערט זײַן זאַמלאָרט;ה׳ האָט געמאַכט פֿאַרגעסן אין צִיוֹןאַ יוֹם-טובֿ און אַ שבת,און פֿאַראַכט אין זײַן גרימצאָרןדעם מלך און דעם כּהן.

7אֲדֹנָי האָט פֿאַרלאָזט זײַן מזבח,אַװעקגעװאָרפֿן זײַן מִקדָש;איבערגעענטפֿערט אין האַנט פֿון דעם שׂונאדי מױערן פֿון אירע פּאַלאַצן;זײ האָבן קוֹלות געמאַכט אין הױז פֿון ה׳,אַזױ װי אין אַ יוֹם-טובֿ.

8ה׳ האָט געטראַכט צו צעשטערןדי מױער פֿון טאָכטער צִיוֹן;ער האָט געצױגן אַ מעסטשנור,ער האָט נישט אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט פֿון אומצוברענגען,און געמאַכט טרױערן די פֿעסטונג און די מױער;אין אײנעם זײַנען זײ פֿאַרשניטן געװאָרן.

9אײַנגעזונקען אין דער ערד זײַנען אירע טױערן,ער האָט צעשטערט און צעבראָכן אירע ריגלען;איר מלך און אירע האַרן זײַנען צװישן די פֿעלקער,נישטאָ מער קײן תּורה;אַפֿילו אירע נבֿיאים געפֿינען נישט אַ זעונג פֿון ה׳.

10זײ זיצן אױף דער ערד און שװײַגן,די עלטסטע פֿון טאָכטער צִיוֹן,זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן שטױב אױף זײער קאָפּ,זײ האָבן אָנגעגורט זאַק;אַראָפּגעלאָזט זײערע קעפּ צו דער ערדהאָבן די יונגפֿרױען פֿון ירושָלַיִם.

11מײַנע אױגן גײען אױס פֿון טרערן,מײַנע אינגעװײד ברענען,מײַן לעבער איז אױסגעגאָסן אױף דער ערד,אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק;װײַל קלײנע קינדער און זױגעדיקעחלשן אין די גאַסן פֿון שטאָט.

12זײ זאָגן צו זײערע מוטערס:װוּ איז קאָרן און װײַן?װען זײ חלשן װי דערשלאָגענעאין די גאַסן פֿון שטאָט,װען זײער זעל גיסט זיך אױסאױף דער ברוסט פֿון זײערע מוטערס.

13װאָס זאָל איך דיר עדותן?װאָס זאָל איך צו דיר גלײַכן, טאָכטער ירושָלַיִם?װאָס זאָל איך פֿאַרגלײַכן צו דיר, און דיך טרײסטן,יונגפֿרױ טאָכטער צִיוֹן?אַז גרױס װי דער ים איז דײַן בראָך –װער קען דיך הײלן?

14דײַנע נבֿיאים האָבן דיר געזעןפֿאַלשקײט און אָפּנאַרעניש,און זײ האָבן נישט אַנטפּלעקט דײַן זינד,אומצוקערן דײַן געפֿאַנגענשאַפֿט;און זײ האָבן דיר געזען נבֿואותפֿון פֿאַלשקײט און פֿאַרפֿירענישן.

15אַלע פֿאַרבײַגײער פּאַטשן אױף דיר מיט די הענט,זײ שמוצערן, און שאָקלען זײער קאָפּ אױף טאָכטער ירושָלַיִם:איז דאָס די שטאָט װאָס מע האָט גערופֿןדי קרױן פֿון שײנקײט,די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד?

16געעפֿנט זײער מױל אױף דיר האָבן אַלע דײַנע שָׂונאים;זײ שמוצערן, און קריצן די צײן;זײ זאָגן: מיר האָבן זי אײַנגעשלונגען;פֿאַר װאָר, דאָס איז דער טאָג װאָס מיר האָבן געהאָפֿט אױף אים,מיר האָבן דערגרײכט, מיר האָבן דערלעבט.

17ה׳ האָט געטאָן װאָס ער האָט געטראַכט,ער האָט אױסגעפֿירט זײַן װאָרטװאָס ער האָט אָנגעזאָגט פֿון אַמאָליקע טעג;ער האָט צעשטערט אָן רחמנות,און דערפֿרײט דעם שׂונא איבער דיר,דערהײכט דעם האָרן פֿון דײַנע פֿײַנט.

18זײער האַרץ האָט געשריען צו אֲדֹנָי:מױער פֿון טאָכטער צִיוֹן,לאָז רינען טרערן װי אַ טײַך, טאָג און נאַכט;זאָלסט זיך נישט געבן קײן אָפּרו,נישט שטילן זאָל זיך דײַן אױגאַפּל.

19שטײ אױף, שרײַ אין דער נאַכט,אין אָנהײב פֿון די נאַכטװאַכן;גיס אױס װי װאַסער דײַן האַרץ,פֿאַר דעם פּנים פֿון אֲדֹנָי;הײב אױף דײַנע הענט צו אים,פֿאַר די נפֿשות פֿון דײַנע קלײנע קינדערװאָס חלשן פֿון הונגער אין אַלע עק גאַסן.

20זע, ה׳, און קוקװעמען דו האָסט אַזױנס געטאָן!דאַרפֿן װײַבער עסן זײער פֿרוכט,קינדער געצערטלטע?דאַרף געטײט װערן אין הײליקטום פֿון אֲדֹנָידער כּהן און דער נבֿיא?

21אױף דער ערד אין די גאַסןליגן אַלט און יונג;מײַנע מײדלעך און מײַנע בחוריםזײַנען געפֿאַלן פֿון שװערד;האָסט געהרגעט אין טאָג פֿון דײַן צאָרן,געשאָכטן אָן רחמנות.

22האָסט גערופֿן װי אױף אַ יוֹם-טובֿמײַנע שרעקענישן פֿון אַרום;און נישט געװען אין טאָג פֿון ה׳ס צאָרןקײן אַנטרונענער און געבליבענער;די װאָס איך האָב געצערטלט און אױפֿגעבראַכטזײ האָט מײַן שׂונא פֿאַרלענדט.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]