Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization

Lamentations 1 OYTANAKH

Side by side with the Father's Heart Bible™

1װי איז געבליבן זיצן אַלײןדי שטאָט פֿון פֿיל פֿאָלק;געװאָרן װי אַן אַלמנהדי פֿירשטן צװישן די אומות;די האַרינטע צװישן די מדינותגעװאָרן צו צינדז!

2װײנען טוט זי װײנען בײַ נאַכט,און איר טרער איז אױף איר באַק;זי האָט נישט קײן טרײסטער פֿון אַלע אירע ליבהאָבער;אַלע אירע גוטע פֿרײַנט האָבן געפֿעלשט אָן איר,זײ זײַנען איר שָׂונאים געװאָרן.

3יהוּדה איז אין גלות אַװעקאין פּײַן און אין גרױס קנעכטשאַפֿט;זי זיצט צװישן די פֿעלקער,זי געפֿינט נישט קײן רו;אַלע אירע נאָכיאָגערסהאָבן זי דערגרײכט צװישן די ענגענישן.

4די װעגן פֿון צִיוֹן טרױערן,װײַל נישטאָ די װאָס קומען אױף יוֹם-טובֿ;אַלע אירע טױערן זײַנען װיסט,אירע כּהנים זיפֿצן,אירע יונגפֿרױען זײַנען פֿאַראומערט,און זי, ביטער איז איר.

5אירע פֿײַנט זײַנען געװאָרן די קעפּ,אירע שָׂונאים זײַנען אין שלװה;װאָרעם ה׳ האָט זי פֿאַראומערט,פֿאַר די פֿיל פֿאַרברעכן אירע;אירע קלײנע קינדער זײַנען אַװעקאין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַרױס פֿאַרן פֿײַנט.

6און אַרױס איז פֿון טאָכטער צִיוֹןדער גאַנצער גלאַנץ אירער;אירע האַרן זײַנען געװאָרן װי די הינדן,װאָס געפֿינען נישט קײן פֿיטערונג,און זײ זײַנען געגאַנגען אָן כּוֹחפֿאַר דעם נאָכיאָגער.

7ירושָלַיִם דערמאָנט זיךאין די טעג פֿון איר פּײַן און אירע װאָגלענישן,אַלע גלוסטיקײטן װאָס זי האָט געהאַטאין די טעג פֿון אַ מאָל.װען איר פֿאָלק איז געפֿאַלן פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,און זי האָט נישט קײן העלפֿער געהאַט,האָבן די פֿײַנט געקוקט אױף איר,געלאַכט אױף איר אונטערגאַנג.

8זינד געזינדיקט האָט ירושָלַיִם,דערום איז זי פֿאַר אַן אומרײנער געװאָרן;אַלע װאָס האָבן זי געאַכט, פֿאַראַכטן זי,װײַל זײ האָבן געזען איר שאַנד;יאָ, זי אַלײן טוט זיפֿצן, און קערט זיך אַהינטער.

9איר אומרײניקײט איז געװען אין אירע ברעגן,זי האָט נישט געדאַכט אָן איר סוף;דערום האָט זי װוּנדערלעך גענידערט,זי האָט נישט קײן טרײסטער.זע, ה׳, מײַן פּײַן,װאָרעם דער שׂונא טוט זיך גרײסן.

10דער פֿײַנט האָט אױסגעשפּרײט זײַן האַנטאױף אַלע אירע גלוסטיקײטן;װאָרעם זי האָט געזען װי די פֿעלקערזײַנען געקומען אין איר הײליקטום,די װאָס דו האָסט באַפֿױלן,זײ זאָלן אין דײַן עדה נישט קומען.

11דאָס גאַנצע פֿאָלק אירס זיפֿצט, זײ זוכן ברױט;זײערע גלוסטיקײטן האָבן זײ אַװעקגעגעבן פֿאַר שפּײַז,דעם נפֿש צו דערקװיקן.זע, ה׳, און קוקװי נידעריק איך בין געװאָרן.

12נישט געשען זאָל עס אײַך, אַלע װעגגײער!טוט אַ קוק, און זעט,צי איז דאָ אַ װײטאָג װי מײַן װײטאָג,װאָס איז מיר אָנגעטאָן געװאָרן,װען ה׳ האָט מיך פֿאַראומערט,אין טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.

13פֿון דער הײך האָט ער אַראָפּגעשיקט אַ פֿײַעראין מײַנע בײנער, און זײ באַװעלטיקט;ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ נעץ פֿאַר מײַנע פֿיס,ער האָט מיך אַהינטער געקערט;װיסט האָט ער מיך געמאַכט, קראַנק אַ גאַנצן טאָג.

14פֿאַרקניפּט מיט זײַן האַנט איז דער יאָך פֿון מײַנע זינד;זײ פֿלעכטן זיך, זײ לײגן זיך אַרױף אױף מײַן האַלדז;ער האָט געמאַכט שטרױכלען מײַן כּוֹח;אֲדֹנָי האָט מיך געגעבן אין הענט,אַז איך קען נישט אױפֿשטײן.

15אֲדֹנָי האָט געמאַכט צונישטאַלע מײַנע גיבוֹרים אין מיר;ער האָט גערופֿן אױף מיר אַן אײַנזאַמלונג,צו צעברעכן מײַנע יונגעלײַט;װי אַ קעלטער האָט אֲדֹנָי געטרעטן,די יונגפֿרױ טאָכטער יהוּדה.

16דערױף טו איך װײנען,מײַן אױג, מײַן אױג רינט װאַסער;װאָרעם װײַט איז אַ טרײסטער פֿון מיר,װאָס זאָל דערקװיקן מײַן זעל;מײַנע קינדער זײַנען פֿאַרװיסט,װאָרעם דער שׂונא האָט איבערגעשטאַרקט.

17צִיוֹן צעשפּרײט אירע הענט,זי האָט נישט קײן טרײסטער;ה׳ האָט באַפֿױלן אַקעגן יעקבֿרונד אַרום אים זײַנע פֿײַנט;ירושָלַיִם איז געװאָרן פֿאַר אַן אומרײנער צװישן זײ.

18ה׳ איז גערעכט,װאָרעם איך האָב װידערשפּעניקט זײַן מױל;הערט, אַלע פֿעלקער, איך בעט אײַך,און זעט צו מײַן װײטאָג:מײַנע בחורים און מײַנע מײדלעךזײַנען אַװעק אין געפֿאַנגענשאַפֿט.

19איך האָב גערופֿן מײַנע ליבהאָבער,האָבן זײ מיך אָפּגענאַרט;מײַנע כּהנים און מײַנע עלטסטעזײַנען אױסגעגאַנגען אין שטאָט,װען זײ האָבן שפּײַז זיך געזוכט,זײ זאָלן זײער נפֿש דערקװיקן.

20זע, ה׳, װי מיר איז ענג,מײַנע אינגעװײד ברענען,מײַן האַרץ קערט זיך איבער אין מיר,װײַל װידערשפּעניקן האָב איך װידערשפּעניקט;דרױסן נעמט אַװעק די שװערד,אין הױז איז װי דער טױט.

21זײ האָבן געהערט װי איך זיפֿץ,אָבער איך האָב נישט קײן טרײסטער;אַלע מײַנע שָׂונאים האָבן געהערט מײַן אומגליק,זײ פֿרײען זיך װאָס דו האָסט דאָס געטאָן,ברענג דעם טאָג װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט,און זאָלן זײ װערן װי איך!

22זאָל קומען אַל זײער בײז פֿאַר דיר,און טו צו זײאַזױ װי דו האָסט צו מיר געטאָן,פֿאַר אַלע מײַנע זינד;װאָרעם פֿיל זײַנען מײַנע זיפֿצן,און מײַן האַרץ איז קראַנק.

Orthodox Yiddish Tanakh, © Artists for Israel International, 2025
Orthodox Yiddish Tanakh for Interlinearization · Creative Commons - Attribution-NonCommercial [CC BY-NC]