Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 8 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 In those days, again a large crowd gathered with nothing to eat. Jesus called his disciples and said, אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי:
2 "I feel compassion for the crowd—they've been with me three days now and have nothing to eat. עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן;
3 If I send them home hungry, they'll collapse on the way—some have come from far off." און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט.
4 And his disciples answered him, "How can anyone feed these people with bread here in the wilderness?" און זיינע תלמידים האבן אים געענטפערט: פונוואנען וועט מען דא אין דער מדבר קענען זעטיקן די דאזיקע מיט ברויט?
5 And he asked them, "How many loaves do you have?" They said, "Seven." און ער האט זיי געפרעגט: וויפל ברויטן האט איר? האבן זיי געזאגט: זיבן.
6 He told the crowd to sit on the ground, took the seven loaves, gave thanks, broke them, and gave them to his disciples to serve to the people; and they served the crowd. און ער האט באפוילן דעם המון מענטשן זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד; און האט גענומען די זיבן ברויטן, געמאכט א ברכה, האט זיי צעבראכן, און געגעבן צו זיינע תלמידים, אז זיי זאלן זיי אויסטיילן; און זיי האבן זיי צעטיילט (צווישן) דער מאסע מענטשן.
7 They also had a few small fish; after blessing them, he told the disciples to serve these to the people. און זיי האבן געהאט אייניקע קליינע פישלעך; און ווען ער האט געמאכט א ברכה, האט ער געהייסן מען זאל אויך די דאזיקע צעטיילן.
8 And they ate and were satisfied. And they took up seven baskets of the leftover pieces. און זיי האבן געגעסן, און זענען זאט געווארן; און האבן אויפגעהויבן, פון די איבערגעבליבענע ברעקלעך, זיבן קערב.
9 About 4,000 people were there. And he sent them away. און עס זענען געווען אן ערך פיר טויזנט; און ער האט זיי אוועקגעשיקט.
10 Then immediately he got into the boat with his disciples and went to the district of Dalmanutha. און גלייך איז ער איינגעשטיגן אין דעם שיפל צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און איז געקומען אין די געגנטן פון דלמנותא.
11 The Pharisees came and began debating with him, testing him by demanding a sign from heaven. און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון.
12 Sighing deeply in his spirit, he said, "Why does this generation demand a sign? Truly I tell you, no sign will be given to this generation." און ער האט טיף געזיפצט אין זיין גייסט, און געזאגט: וואס זוכט דאס דאזיקע דור א צייכן? באמת זאג איך אייך: קיין צייכן וועט נישט געגעבן ווערן דעם דאזיקן דור.
13 And he left them, got back into the boat, and went to the other side. און האט זיי פארלאזט, און איז ווידער איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און איז אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט.
14 They'd forgotten to bring bread—only one loaf was with them in the boat. און זיי האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט; און אחוץ איין לעבל האבן זיי נישט געהאט מער מיט זיך אינם שיפל.
15 And he warned them, "Watch out—beware of the yeast of the Pharisees and the yeast of Herod." און ער האט זיי געווארנט, אזוי צו זאגן: גיט אכטונג, היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און פארן זויערטייג פון הורדוסן!
16 And they began discussing with one another that they had no bread. און זיי האבן עס איבערגערעדט איינער מיט דעם אנדערן: דאס איז ווייל האבן נישט קיין ברויט.
17 Knowing this, Jesus asked, "Why discuss having no bread? Do you still not see or grasp? Are your hearts hardened? און יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר (אזעלכע) מחשבות, ווייל איר האט נישט קיין ברויט? צי פארשטייט איר נאך אלץ נישט און זענט נישט משיג? איז אייער הארץ נאך אלץ פארהארטעוועט?
18 Having eyes, do you not see? Having ears, do you not hear? And do you not remember? איר האט אויגן און זעט נישט, און אויערן און הערט נישט? און צי געדענקט איר נישט,
19 When I broke the five loaves for the 5,000, how many baskets full of fragments did you collect?" They said, "Twelve." ווען איך האב צעבראכן די פינף ברויטן פאר די פינף טויזנט, וויפל קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? זאגן זיי צו אים: צוועלף!
20 "And when I broke the seven for the 4,000, how many basketfuls of broken pieces did you gather?" They said, "Seven." און ווען די זיבן (ברויטן) פאר די פיר טויזנט, וויפל גרויסע קערב פול מיט ברעקלעך איר האט אויפגעקליבן? און זיי זאגן: זיבן!
21 And he said to them, "Do you still not understand?" און ער האט צו זיי געזאגט: צי זענט איר נאך אלץ נישט משיג?
22 They came to Bethsaida, where people brought him a blind man and begged Jesus to touch the man. און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן.
23 He took the blind man's hand, led him out of the village, spit on his eyes, laid hands on him, and asked, "Do you see anything?" און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס.
24 He looked up and said, "I see people, but they look like trees, walking." און ער האט א בליק געטאן און געזאגט: איך זע די מענטשן; אז ווי ביימער זע איך זיי ארומגיין!
25 Then Jesus put his hands on the man's eyes again; he looked intently, was restored, and saw everything distinctly. נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.
26 And he sent him home, saying, "Do not even go into the village." און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין!
27 Jesus and his disciples went to the villages of Caesarea Philippi. On the way he asked them, "Who do people say I am?" און יהושע/ישוע איז ארויסגעגאנגען, און זיינע תלמידים, אין די דערפער אריין פון קסריה פון פיליפוס; און אונטערוועגנס האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, זאגנדיק צו זיי: ווער זאגן די מענטשן, אז איך בין?
28 They told him, "John the Baptist; and others say Elijah; and others, one of the prophets." און זיי האבן אים געענטפערט, אזוי צו זאגן: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; און אנדערע, אליהו; אנדערע אבער, אז איינער פון די נביאים.
29 Then he asked them, "But who do you say I am?" Peter answered, "You are the Christ." און ער האט זיי געפרעגט: איר אבער, ווער זאגט איר, אז איך בין? ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו אים: דו ביסט דער משיח!
30 And he strictly warned them not to speak about him. און ער האט זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן וועגן אים.
31 He began teaching them the Son of Man must suffer much, be rejected by the elders, chief priests, and scribes, be killed, and rise after three days. און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.
32 He said this plainly. And Peter took him aside and began to rebuke him. און ער האט דאס ווארט גערעדט אפן, נישט פארהוילן. און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און אנגעהויב אנצושרייען אויף אים.
33 But turning, he looked at his disciples and rebuked Peter: "Get behind me, Satan! For you are not setting your mind on the things of our Father, but on the things of man." ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן!
34 He called the crowd and his disciples and said to them, "Whoever wants to come after me must deny himself, take up his cross, and follow me. און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן.
35 Whoever wants to save his life will lose it; whoever loses his life for my sake and the good news will save it. ווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין לעבן צוליב מיר און דער גוטער בשורה, דער וועט עס אפראטעווען.
36 What good does it do a person to gain the whole world and forfeit his soul? ווארום וואס לוינט זיך א מענטשן צו געווינען די גאנצע וועלט, און צו פארלירן זיין נפש?
37 For what can a person give in exchange for his soul? ווארום וואס פאר אן אויסלייז געלט זאל א מענטש געבן פאר זיין נפש?
38 For whoever is ashamed of me and my words in this adulterous, sinful generation—the Son of Man will be ashamed of them too when he comes in his Father's glory with the holy angels." ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]