Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 The Pharisees and some of the scribes who had come from Jerusalem gathered around Jesus, און עס האבן זיך פארזאמלט צו אים די פרושים, און אייניקע פון די סופרים, וואס זענען געקומען פון ירושלים;
2 and they saw that some of his disciples were eating bread with unclean hands—that is, unwashed. און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן;
3 (For the Pharisees and all the Jews don't eat unless they wash their hands ceremonially, keeping the elders' tradition. ווארום די פרושים און אלע יידן, אויב זיי וואשן זיך נישט די הענט ביז צום עלנבויגן, עסן זיי נישט, ווייל זיי האלטן די מסורה פון די זקנים;
4 When they come from the market, they don't eat without washing. They also hold to many other traditions they've received—washing cups, pitchers, and copper vessels.). און ווען זיי קומען פון מארק, עסן זיי נישט, אָן זיך צו וואשן; און א סך אנדערע זאכן זענען פאראן, וואס זיי האבן איבערגענומען צו האלטן, טבילות פון טרינק געפעסן, און טעפ, און קופערנע כלים.
5 Then the Pharisees and scribes asked him, "Why don't your disciples follow the elders' tradition, but eat bread with unclean hands?" און די פרושים און די סופרים האבן אים געפרעגט; פארוואס פירן זיך דיינע תלמידים נישט אויף לויט דער מסורה פון די זקנים, נאר עסן ברויט מיט טמא הענט?
6 He replied, "Isaiah prophesied truly about you hypocrites, as written: 'These people honor me with their lips, but their heart is far from me.' ער אבער האט צו זיי געזאגט; וואויל האט ישעיהו נבואות געזאגט וועגן אייך, צבועקעס, ווי עס שטייט געשריבן: דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן, אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר.
7 'They worship me in vain, teaching as doctrines the commandments of men.' און אומזיסט דינען זיי מיך, ווייל זיי לערנען מצוות, וואס זענען געבאטן פון מענטשן. (ישעיהו כט, יג.)
8 You abandon the commandment of our Father and hold to the tradition of men." איר פארלאזט ה׳ס געבאט, און האלט די מסורה פון מענטשן.
9 He said to them, "You do a fine job setting aside our Father's commandment to keep your own tradition!" און האט צו זיי געזאגט: פיין מאכט איר בטל ה׳ס געבאט, כדי איר זאלט האלטן אייער מסורה.
10 For Moses said, 'Honor your father and your mother,' and 'Whoever curses father or mother must be executed.' ווארום משה האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער, און דער, וואס פלוכט פאטער אדער מוטער, זאל געטייט ווערן. (שמות כ, יב; כא, יז.)
11 "But you say: if anyone tells his father or mother, 'Whatever you'd have gained from me is Corban' (a gift devoted to our Father), איר אבער זאגט: אויב א מענטש וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: קרבן, דאס הייסט א מתנה צו ה׳, זאל זיין דאס וואס דו דארפסט פון מיר נהנה זיין;
12 then you no longer let him do anything for his father or mother. לאזט איר אים שוין גארנישט מער טאן פאר דעם פאטער אדער פאר דער מוטער;
13 So you cancel the word of our Father with your handed-down tradition. You do many things like this." איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר.
14 He called the crowd again and said to them, "Listen to me, all of you, and understand: און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט!
15 Nothing outside a person entering him can make him unclean; rather, what comes out of a person is what makes him unclean." עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן.
16 Not in this edition אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן!
17 When he had left the crowd and entered the house, his disciples asked him about the parable. און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל.
18 He said to them, "Are you also this dull? Don't you understand nothing entering a person from outside can make him unclean, און ער זאגט צו זיי, אזוי, אויך זענט איר אָן פארשטאנד? צי פארשטייט איר דען נישט, אז אלץ, וואס גייט אריין אין דעם מענטשן פונדרויסן, קען אים נישט טמא מאכן?
19 since it doesn't enter his heart but his stomach, and then goes out into the sewer?" (Saying this, he declared all foods clean.). ווייל עס גייט נישט אריין אין הארצן, נאר אין בויך, און עס גייט ארויס אין בית הכסא אריין. אזוי ארום האט ער דערקלערט אלע שפייזן ריין.
20 He said, "What comes out of a person—that makes him unclean. און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא.
21 For from within, out of the human heart, come evil thoughts—sexual sin, theft, murder, ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות,
22 adultery, greed, malice, deceit, sensuality, envy, slander, pride, and foolishness. ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט;
23 All these evils come from inside and make a person unclean." אלע די דאזיקע בייזע זאכן קומען ארויס פון אינעווייניק, און מאכן דעם מענטשן טמא.
24 Jesus left there for the region of Tyre. He entered a house, wanting no one to know, but couldn't stay hidden. און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן.
25 Instead, a woman whose little daughter had an unclean spirit heard about him at once, came, and fell at his feet. נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס.
26 The woman was Greek, Syrophoenician by birth. She kept asking him to drive the demon out of her daughter. די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער.
27 He told her, "Let the children eat first, for it's not right to take their bread and toss it to the dogs." און ער האט צו איר געזאגט: לאז צוערשט די קינדער זאט ווערן; ווארום עס איז נישט שיין צו נעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס ווארפן פאר די הינטלעך!
28 But she replied to him, "Sir, even the dogs under the table eat the children's crumbs." זי אבער האט געענטפערט און זאגט צו אים: יא, האר; אפילו די הינטלעך אונטערן טיש עסן פון די ברעקלעך פון די קינדער!
29 He said to her, "Because of this answer, go—the demon has left your daughter." און ער האט געזאגט צו איר: צוליב דעם דאזיקן ווארט גיי דיר; דער בייזער גייסט איז שוין ארויס פון דיין טאכטער.
30 And she went home and found the child lying on the bed, and the demon gone. און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען.
31 Then Jesus left the territory of Tyre, went through Sidon to the Sea of Galilee, into the region of the Decapolis. און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען פון די גרענעצן פון צור, און איז געגאנגען דורך צידון צום ים פון גליל, אינמיטן פון די גרענעצן פון די צען שטעט.
32 They brought him a deaf man who could hardly speak, begging him to lay his hand on him. און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט.
33 Jesus took him aside privately, away from the crowd, put his fingers in the man's ears, spit, and touched his tongue. און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג;
34 Then, looking up to heaven, he sighed deeply and said to him, "Ephphatha!" (that is, "Be opened!"). און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף!
35 And immediately his ears were opened, his tongue was released, and he began to speak plainly. און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט.
36 Jesus ordered them to tell no one; but the more he ordered, the more they proclaimed it. און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.
37 They were completely amazed: "He has done everything well—he makes the deaf hear and the mute speak." און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]