Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 6 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 He went out from there and came to his hometown, and his disciples followed him. און ער איז פון דארטן אוועקגעגאנגען, און איז געקומען אין זיין פאטערשטאט אריין; און זיינע תלמידים האבן אים נאכגעפאלגט.
2 On the Sabbath he began teaching in the synagogue. Many who heard were amazed: "Where did this man get this? What wisdom is this, given to him? How do such miracles happen through his hands? און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט!
3 Isn't this the carpenter, Mary's son, brother of James, Joses, Judas, and Simon? Aren't his sisters here with us?" They were offended by him. צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.
4 Jesus said to them, "A prophet lacks honor only in his hometown, among his relatives, and in his own household." און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קיין נביא איז נישט אָן כבוד אחוץ אין זיין פאטערלאנד און צווישן זיינע קרובים און אין זיין אייגן הויז.
5 He could do no miracle there, except laying hands on a few sick and healing them. און ער האט דארטן נישט געקענט טאן קיין וואונדער, אויסער וואס ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אייניקע שלאפע, און זיי געהיילט.
6 He was amazed at their lack of faith. Then he went around the villages teaching. און ער האט זיך געוואונדערט איבער זייער אומגלויבן. און ער איז ארומגעגאנגען אין די ארומיקע דערפער און האט געלערנט.
7 He called the twelve and began sending them out two by two, giving them authority over unclean spirits. און ער האט גערופן צו זיך די צוועלף, און האט אנגעהויבן זיי ארויסצושיקן צווייענווייז, און זיי געגעבן מאכט איבער די אומריינע גייסטער;
8 He ordered them to take only a staff for the road—no bread, no bag, no money in their belts, און ער האט זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט מיטנעמען קיין זאך אויפן וועג, נאר בלויז א שטעקן—נישט קיין ברויט, נישט קיין טייסטער, נישט קיין געלט אין גארטל;
9 but to wear sandals and not put on two tunics. נאר סאנדאלן זאלן זיי זיך אונטערבינדן, און נישט אנטאן קיין צוויי העמדער.
10 And he said to them, "Wherever you enter a house, stay there until you leave that place. און האט צו זיי געזאגט: וואו נאר איר וועט אריינגיין אין א הויז, זאלט איר דארט בלייבן ביז איר וועט אוועקגיין פון יענעם ארט.
11 Whatever place refuses to welcome or hear you, leaving there, shake the dust off your feet as testimony against them." און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי.
12 So they went out and proclaimed that people should repent. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן,
13 And they drove out many demons and anointed many sick people with oil and healed them. און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט.
14 King Herod heard of it, for Jesus's name had become known. Some were saying, "John the Baptist has been raised from the dead; that is why these miraculous powers are at work in him." און דער קעניג הורדוס האט געהערט וועגן דעם, (ווארום זיין נאמען איז באקאנט געווארן) און האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, און דערפאר ווירקן די כוחות אין אים!
15 But others said, "He's Elijah." Others said, "He's a prophet, like one of the prophets of old." אנדערע אבער האבן געזאגט, אז ער איז אליהו. און אנדערע האבן געזאגט, אז ער איז א נביא ווי איינער פון די נביאים.
16 But when Herod heard of it, he said, "John, whom I beheaded, has been raised." און ווען הורדוס האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: יוחנן, וועמען איך האב אפגעהאקט דעם קאפ, ער איז ווידער אויפגעשטאנען.
17 Herod had sent and seized John, binding him in prison because of Herodias, his brother Philip's wife, whom he had married. ווארום הורדוס אליין האט געשיקט און געלאזט כאפן יוחנן, און האט אים געבונדן אין תפיסה צוליב הורודיה, דאס ווייב פון פיליפוס זיין ברודער, ווייל ער האט מיט איר חתונה געהאט.
18 For John kept telling Herod, "It is not lawful for you to have your brother's wife." ווארום יוחנן האט געזאגט צו הורדוסן: דו טארסט נישט האבן דיין ברודערס ווייב!
19 And Herodias held a grudge against him and wanted to kill him, but she could not, און הורודיה האט אים פיינט געקריגן, און אים געוואלט טייטן, און האט נישט געקענט;
20 Herod feared John, knowing him righteous and holy, and protected him. Hearing John left Herod deeply puzzled, yet he gladly listened to him. ווייל הורדוס האט זיך געפארכטן פאר יוחנן, וויסנדיק אז ער איז אן איש צדיק וקדוש; און האט אים געשיצט. און ווען ער האט אים געהערט, איז ער געווען אין גרויס פארלעגנהייט, און דאך האט ער אים גערן געהערט.
21 Then a fitting day came: Herod's birthday, when he gave a banquet for his nobles, military commanders, and Galilee's leading men. און ווען עס איז געקומען א געלעגנהייטלעכער טאג, בשעת הורדוס האט אויף זיין געבוירנטאג געמאכט א סעודה פאר זיינע גרויסע לייט, און די הויכע אפיצירן, און די חשובסטע מענטשן פון גליל,
22 When Herodias's daughter entered and danced, she delighted Herod and his dinner guests. The king told the girl, "Ask me for anything you want, and I'll give it to you." איז די טאכטער פון הורודיה אליין אריינגעקומען און האט געטאנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הורדוסן און זיינע געסט. און דער קעניג האט געזאגט צום מיידל: בעט פון מיר וואס דו ווילסט נאר, און איך וועל עס דיר געבן!
23 He swore to her, "Whatever you ask me, I'll give you—up to half my kingdom." און ער האט איר צוגעשוואוירן: וואס דו וועסט בעטן, וועל איך דיר געבן, ביז א העלפט פון מיין קעניגרייך.
24 She went out and said to her mother, "What should I ask?" She said, "The head of John the Baptist." און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ!
25 She went in immediately, with urgency, to the king and asked, "I want you to give me this instant the head of John the Baptist on a platter." און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער!
26 Deeply grieved, the king still wouldn't refuse her, because of his oaths and his guests. און דער קעניג איז טרויעריק געווארן, נאר צוליב די שבועות און די געסט האט ער איר נישט געוואלט אפזאגן.
27 The king at once sent an executioner, ordering John's head brought. He went and beheaded him in the prison, און דער קעניג האט גלייך געשיקט א לייבוואכמאן, און האט אים באפוילן צו ברענגען זיין קאפ; און ער איז אוועקגעגאנגען און האט אים אפגעהאקט דעם קאפ אין תפיסה,
28 and brought his head on a platter, gave it to the girl, and the girl gave it to her mother. און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער.
29 When John's disciples heard, they came, took his body, and laid it in a tomb. און ווען זיינע תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי געקומען און האבן גענומען זיין קערפער, און אים געלייגט אין א קבר אריין.
30 The apostles gathered to Jesus and told him all that they had done and taught. און די שליחים האבן זיך פארזאמלט ביי יהושען/ישוען; און אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן, און וואס זיי האבן געלערנט.
31 He told them, "Come away by yourselves to a quiet place and rest a while." For many were coming and going, and they had no time to eat. און ער האט צו זיי געזאגט: קומט איר אליין אויף אן איינזאם ארט, און רוט זיך אביסל אפ! ווארום א סך זענען געקומען און געגאנגען, אז זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין צייט צו עסן.
32 And they went away in the boat to a desolate place by themselves. און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין.
33 Many saw them leave and recognized them; they ran on foot from every town and got there ahead of them. און מען האט זיי געזען אוועקפארן, און א סך האבן זיי דערקענט, און זענען אהינגעקומען צולויפן צופוס פון אלע שטעט פארויס פאר זיי.
34 Stepping ashore, he saw a large crowd and felt compassion for them, for they were like sheep without a shepherd, and began teaching them many things. און ווען יהושע/ישוע איז אויסגעשטיגן, האט ער געזען א גרויסן עולם מענטשן, און האט געהאט אויף זיי גרויס רחמנות, ווייל זיי זענען געווען ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך; און ער האט אנגעהויבן זיי א סך צו לערנען.
35 When it was already late, his disciples came to him and said, "This is an isolated place, and it's already late. און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט;
36 Send them away to go into the surrounding countryside and villages and buy themselves something to eat." לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן.
37 He replied, "You give them something to eat." They said, "Should we go buy 200 denarii of bread and give them it to eat?" ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן?
38 He asked them, "How many loaves do you have? Go and see." They found out and said, "Five, and two fish." ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש.
39 Then he commanded them all to sit down in groups on the green grass. און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז.
40 So they sat down in groups, by hundreds and by fifties. און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק.
41 Taking the five loaves and two fish, he looked up to heaven, gave thanks and broke the loaves, gave them to the disciples to set before the people, and divided the two fish among them all. און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע.
42 And they all ate and were satisfied. און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן.
43 And they took up twelve baskets full of broken pieces and of the fish. און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש.
44 And those who ate the loaves were 5,000 men. און די, וואס האבן געגעסן די ברויטן, זענען געווען פינף טויזנט מאן.
45 At once he made his disciples board the boat and go ahead to the other side, toward Bethsaida, while dismissing the crowd. און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן.
46 And after he had taken leave of them, he went up on the mountain to pray. און נאך דעם ווי ער האט זיך געזעגנט מיט זיי, איז ער אוועקגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן.
47 When evening came, the boat was out on the sea, and he was alone on the land. און ווען עס איז געווארן אוונט, איז דאס שיפל געווען אינמיטן ים, און ער אליין אויף דער יבשה.
48 He saw them straining at the oars, for the wind was against them. Around three in the morning he came to them, walking on the sea. He meant to pass by them, און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין;
49 but seeing him walk on the sea, they thought it was a ghost and cried out, נאר ווי זיי האבן אים געזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי געמיינט, אז עס איז א געשפענסט, און האבן א געשריי געטאן;
50 for all saw him and were terrified; but immediately he spoke to them, saying, "Take heart; it is I. Do not be afraid." ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס;
51 He got into the boat with them, and the wind stopped; they were completely amazed among themselves, שרעקט זיך נישט! און ער איז איינגעשטיגן צו זיי אינם שיפל, און דער ווינט האט זיך בארואיקט. און זיי זענען אין זיך זייער דערשטוינט געווארן, איבער יעדער מאס;
52 for they did not understand about the loaves, but their hearts were hardened. ווארום זיי האבן נישט פארשטאנען בנוגע די ברויטן, מחמת זייער הארץ איז געווען הארט (ווי שטיין).
53 When they had crossed over, they came to land at Gennesaret and moored to the shore. און אריבערשיפנדיק זיך צום לאנד, זענען זיי געקומען קיין גניסרת, און האבן פאראנקערט.
54 And when they got out of the boat, the people immediately recognized him. און ווען זיי זענען אויסגעשטיגן פון שיפל, האט מען אים גלייך דערקענט,
55 They ran through that whole region and began carrying the sick on mats to wherever they heard he was. און מען איז ארומגעלאפן אין יענער גאנצער געגנט, און מען האט אנגעהויבן ארומצוטראגן די קראנקע אויף די בעטן, וואו מען האט געהערט, אז ער געפינט זיך.
56 Wherever he went—villages, towns, countryside—they laid the sick in the marketplaces, begging to touch just the edge of his cloak. All who touched it were healed. און וואו נאר ער איז אריינגעגאנגען, אין דערפער, אדער אין שטעט, אדער אויפן לאנד, האט מען געלייגט די קראנקע אויף די מערקפלעצער, און מען האט אים געבעטן, אז זיי זאלן נאר אנרירן די זוים פון זיין מלבוש; און אלע, וואס האבן אים אנגערירט, זענען געהאלפן געווארן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]