Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 They came to the other side of the sea, to the region of the Gerasenes. און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער,
2 As Jesus left the boat, a man with an unclean spirit met him at once, from the tombs. און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט,
3 He lived among the tombs, and no one could bind him anymore, not even with a chain. וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט;
4 For he'd often been bound with shackles and chains, but tore the chains apart and shattered the shackles—no one had strength to subdue him. ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען.
5 Night and day, among the tombs and on the mountains, he cried out constantly, cutting himself with stones. און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער.
6 And when he saw Jesus from a distance, he ran and fell down before him. און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים;
7 Shouting loudly, he said, "What do you want with me, Jesus, Son of the Most High God? I beg you by God, don't torment me!" און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
8 For Jesus had been saying to him, "Come out of the man, you unclean spirit!" ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן!
9 Jesus asked, "What is your name?" "Legion," he said, "we are many." און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך.
10 He kept begging him not to send them out of the region. און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד.
11 Now a great herd of pigs was feeding there on the hillside. און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים.
12 And they begged him, "Send us to the pigs; let us enter them." און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי!
13 He gave permission. The unclean spirits came out and entered the pigs; the herd—about 2,000—rushed down the cliff into the sea and drowned in the sea. און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים.
14 The herders fled and told it in town and country; people came to see what happened. און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען.
15 They came to Jesus and saw the man who had been possessed by the demons, the one who'd had the legion, sitting there, dressed and thinking clearly—and they were afraid. און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן.
16 Eyewitnesses told them what had happened to the demon-possessed man, and about the pigs. און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים.
17 And they began to beg Jesus to leave their region. און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן.
18 As he was getting into the boat, the once-possessed man begged to be with him. און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן.
19 But Jesus refused, telling him instead, "Go home to your own people and tell them how much our Father has done for you, and how he has had mercy on you." און ער האט אים נישט געלאזט, נאר זאגט צו אים: גיי אהיים צו די דייניקע, און דערצייל זיי וואס פאר א גרויסע זאכן דער האר האט דיר געטאן, און ווי ער האט זיך אויף דיר מרחם געווען!
20 He went and began proclaiming in the Decapolis all Jesus had done for him, and everyone was amazed. און ער איז אוועקגעגאנגען, און האט אנגעהויבן אויסצורופן אין דעקאפאליס אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן; און אלע האבן זיך געוואונדערט.
21 When Jesus crossed again by boat to the other side, a large crowd gathered around him by the sea. און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.
22 One of the synagogue leaders, named Jairus, came, saw Jesus, and fell at his feet, און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס,
23 and begged him urgently, "My little daughter is dying. Come, lay your hands on her, so she may be healed and live." און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!
24 So Jesus went with him. And a great crowd followed him and pressed around him. און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.
25 And there was a woman with a discharge of blood that had gone on for twelve years. און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג,
26 She had suffered much under many doctors, spent all she owned, gained nothing, and only grew worse. און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן,
27 Hearing about Jesus, she came up behind him in the crowd and touched his cloak. האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש.
28 For she kept saying, "If I just touch his garments, I will be made well." ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן!
29 Her flow of blood dried up instantly, and she felt in her body that she was healed of her suffering. און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג.
30 At once Jesus, aware that power had left him, turned around in the crowd and asked, "Who touched my clothes?" און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים?
31 His disciples said to him, "You see the crowd crushing you, yet you ask, 'Who touched me?'" און זיינע תלמידים האבן צו אים געזאגט: דו זעסט דער המון דרענגען דיך, און זאגסטו: ווער האט מיך אנגערירט?
32 And he looked around to see who had done it. און ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען זי, וואס האט דאס דאזיקע געטאן.
33 But the woman, afraid and trembling, knowing what had happened to her, came, fell before him, and told him the whole truth. די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת.
34 He told her, "Daughter, your faith made you well. Go in peace, healed of your suffering." און ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דיין גלויבן האט דיר געהאלפן; גיי לשלום, און זיי געזונט פון דיין פלאג!
35 While he was still speaking, people came from the synagogue leader's house, saying, "Your daughter has died. Why bother the Teacher any longer?" בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט מען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז געשטארבן; וואס באמיסטו נאך דעם רבין?
36 But Jesus overheard what they said and told the synagogue leader, "Don't fear, only believe." יהושע/ישוע אבער האט נישט געלייגט קיין אכט אויף דעם ווארט וואס איז גערעדט געווארן, נאר האט געזאגט צום גבאי: פארכט דיך נישט, גלויב נאר!
37 And he allowed no one to follow him except Peter, James, and John the brother of James. און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער.
38 They came to the synagogue leader's house and Jesus saw chaos—people weeping, wailing loudly. און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל.
39 Entering, he said to them, "Why this commotion and crying? The child isn't dead, just asleep." און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר.
40 They laughed at him. But he sent them all out, took the child's father and mother and his companions, and entered where the child was. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען.
41 He took her hand and said to her, "Talitha koum," which means, "Little girl, I say to you, get up!" און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף!
42 At once the girl got up and walked—for she was twelve—and they were instantly overwhelmed with great amazement. און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.
43 He strictly ordered them to tell no one of this, and said to give her something to eat. און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]