Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Jesus again taught by the sea. So large a crowd gathered around him that he got into a boat on the water and sat, while the whole crowd was on land by the sea. און ווידער האט ער אנגעהויבן צו לערנען ביים ים; און עס האט זיך פארזאמלט ביי אים א זייער גרויסער המון מענטשן, אזוי אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט אויפן ים; און דער גאנצער המון מענטשן איז געווען ביים ים אויף דער יבשה.
2 He taught them many things in parables, and in his teaching he said to them: און ער האט זיי געלערנט א סך זאכן מיט משלים, און האט צו זיי געזאגט אין זיין תורה:
3 "Listen! A sower went out to sow. הערט זיך צו: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו פארזייען.
4 And as he sowed, some seed fell along the path, and the birds came and devoured it. און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן.
5 Other seed fell on rocky ground, lacking much soil, and sprang up at once since the soil had no depth. און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד;
6 When the sun rose, the plants were scorched, and since they had no root, they withered. און ווען די זון איז אויפגעגאנגען, זענען זיי פארוועלקט געווארן, און ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין ווארצל, זענען זיי פארדארט געווארן.
7 Other seed fell among thorns, and the thorns grew up and choked it, yielding no grain. און אנדערע זענען געפאלן צווישן די דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואקסן און האבן זיי דערשטיקט, און זיי האבן נישט געגעבן קיין פרוכט.
8 Other seed fell into good soil, producing grain that sprouted, grew, and yielded thirty, sixty, one hundred times what was sown." און אנדערע זענען געפאלן אויף דער גוטער ערד, און האבן יא געגעבן פרוכט, וואס האט אויפגעשפראצט און איז געוואקסן; און האבן געברענגט איינס—דרייסיקפאכיק, און איינס זעכציקפאכיק, און איינס—הונדערטפאכיק.
9 And he said, "Whoever has ears to hear, let him hear." און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
10 When he was alone, those around him, together with the Twelve, asked him about the parables. און ווען ער איז געווען אליין, האבן די, וואס זענען געווען מיט אים, צוזאמען מיט די צוועלף אים געפרעגט וועגן די משלים.
11 He said to them, "To you is given the secret of the kingdom of our Father, but to those outside, everything comes in parables, און ער האט צו זיי געזאגט: אייך איז געגעבן געווארן דער סוד פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו יענע אבער אינדרויסן ווערט אלץ געטאן אין משלים;
12 so that 'they may look but not perceive, and hear but not understand, and not turn and be forgiven.'" כדי קוקנדיק זאלן זיי קוקן און נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי הערן און נישט באנעמען; טאמער וועלן זיי תשובה טאן און עס וועט זיי פארגעבן ווערן. (ישעיהו ו, ט-י.)
13 He said to them, "You don't understand this parable? Then how will you understand all the parables? און זאגט צו זיי: איר פארשטייט נישט דאס דאזיקע משל, און וויאזוי וועט איר פארשטיין אלע משלים?
14 The sower sows the word. דער זייער פארזייט דאס ווארט.
15 These are the ones on the path where the word is sown: once they hear, Satan comes immediately and takes away the word sown in them. און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי.
16 These are the ones sown on rocky ground, who hear the word and immediately receive it with joy. און אויך אזוי די, וואס זענען געזייעט אויף דעם שטייניקן באדן, וואס, ווען זיי האבן געהערט דאס ווארט, נעמען עס גלייך אָן מיט שמחה;
17 But they have no root in themselves, lasting only briefly; when trouble or persecution comes because of the word, they fall away at once. און האבן נישט קיין ווארצל אין זיך, נאר זענען בלויז אויף א געוויסע צייט; קומט אבער א צרה אדער רדיפה צוליב דעם ווארט, שטרויכלען זיי באלד.
18 And others are the ones sown among thorns. These are those who hear the word, און אנדערע זענען די, וואס זענען געזייעט צווישן דערנער; זיי זענען עס וואס האבן געהערט דאס ווארט;
19 but worries of this age, the deceit of wealth, and desires for other things enter and choke the word, and it produces no fruit. און די זארגן פון דער וועלט און די פארפירערישקייט פון רייכטום, און די תאוות נאך אנדערע זאכן דרינגען אריין און דערשטיקן דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.
20 And these are the ones sown on good soil: they hear the word, accept it, and produce fruit—thirty, sixty, one hundred times over." און יענע זענען עס וואס זענען געזייעט געווארן אויף דער גוטער ערד; וואס הערן דאס ווארט, און נעמען עס אָן, און ברענגען פרוכט, איינער דרייסיקפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער הונדערטפאכיק.
21 He told them, "Does anyone bring in a lamp to put it under a basket or bed—not on a stand? און ער האט צו זיי געזאגט: צי קומט דען דאס ליכט, כדי געשטעלט צו ווערן אונטער א מאסשעפל, אדער אונטערן בעט? ניין, נאר כדי עס זאל געשטעלט ווערן אויף דעם לייכטער.
22 Nothing is hidden except to be revealed; nothing is secret except to surface. ווארום קיין זאך איז נישט פארבארגן, אחוץ כדי אנטפלעקט צו ווערן; און קיין זאך איז נישט פארהוילן געווארן, וואס וועט נישט מפורסם ווערן.
23 If anyone has ears to hear, let him hear." אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן!
24 He told them, "Watch what you hear. The measure you use will be measured to you—and more added. און ער האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג, וואס איר הערט! מיט וואס פאר א מאס איר מעסט, וועט אייך געמאסטן ווערן, און עס וועט אייך נאך צוגעגעבן ווערן א צולאג.
25 For whoever has will be given more; whoever doesn't, even what he has will be taken from him." ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא.
26 He said, "This is what the kingdom of our Father is like: a man scatters seed on the ground. און ער האט געזאגט: אזוי אָ איז דאס קעניגרייך פון ה׳, ווי א מענטש וואלט געווארפן דעם זאמען אויף דער ערד,
27 Night and day, asleep or awake, the seed sprouts and grows, though he doesn't know how. און לייגט זיך שלאפן און שטייט אויף, ביינאכט און בייטאג, און דער זאמען שפראצט ארויס און וואקסט אויף, אָן זיין וויסן וויאזוי.
28 The soil yields grain on its own—first blade, then head, then full kernel in the head. פון זיך אליין ברענגט די ערד ארויס פירות; צום ערשט דאס גראז, דערנאך די זאנג, נאך דעם פולן ווייץ אין דער זאנג.
29 But when the grain ripens, he immediately sends the sickle, since harvest has come." ווען אבער די פרוכט דערלאזט עס, שיקט ער גלייך דעם סערפ אהין, ווייל די שניט צייט איז שוין אנגעקומען.
30 He said, "What can we compare the kingdom of our Father to, or what parable can we use for it? און ער האט געזאגט: וויאזוי זאלן מיר פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳, אדער אין וואס פאר א משל זאלן מיר עס לייגן?
31 It's like a mustard seed, the smallest of all seeds when sown on the ground. עס איז ווי א זענעפט קערנדל, וואס, ווען עס איז פארזייט אין דער ערד, הגם עס איז דאס קלענסטע פון אלע זריעות,
32 Yet once sown, it grows up and becomes the largest of all garden plants, producing branches so big that birds of the air can nest in its shade." דאך ווען עס איז פארזייט, וואקסט עס אויף און ווערט גרעסער ווי אלע גארטן געוויקסן, און גיט ארויס גרויסע צווייגן, אז אונטער זיין שאטן קענען די פייגל פון הימל וואוינען.
33 With many such parables he spoke the word to them, as they were able to hear. און מיט א סך אזעלכע משלים האט ער צו זיי גערעדט דאס ווארט, לויט ווי זיי זיי זענען געווען בכוח צו הערן;
34 He spoke to them only in parables, but privately explained everything to his own disciples. און אָן א משל האט ער צו זיי נישט גערעדט; און איז ער געווען מיט זיינע תלמידים אליין, האט ער זיי אלץ אויסגעלייגט.
35 That day, when evening came, he said to them, "Let us cross over to the other side." און יענעם טאג, ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים.
36 They left the crowd and took him along, just as he was, in the boat, other boats accompanying him. און זיי האבן געלאזט דעם המון מענטשן גיין, און האבן אים מיטגענומען, אזוי ווי ער איז געווען, אינם שיפל; און נאך אנדערע שיפלעך זענען געווען מיט אים.
37 A fierce windstorm came up. Waves broke over the boat, so that it was already being swamped. און עס הויבט זיך אויף א גרויסער שטורמווינט, און די כוואליעס האבן זיך געווארפן אויפן שיפל, אזוי אז דאס שיפל האט זיך שוין געהאט כמעט אנגעפילט.
38 But Jesus was asleep in the stern on the cushion. They woke him and said, "Teacher, don't you care that we're dying?" און ער אליין איז געווען אין דעם הינטערן טייל, שלאפנדיק אויף דעם קישן; און זיי וועקן אים אויף און זאגן צו אים: רבי, עס ארט דיך גארנישט, אז מיר קומען אום?
39 He got up, rebuked the wind, and told the sea, "Peace! Be still!" The wind stopped, and it grew totally calm. און ער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און געזאגט צום ים: שווייג, זיי שטיל! און דער ווינט האט אויפגעהערט, און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט.
40 He said to them, "Why are you so afraid? Do you still have no faith?" און ער האט צו זיי געזאגט: וואס זענט איר אזוי שרעקעוודיק? ווי, איר האט נאך אלץ נישט קיין גלויבן?
41 They were terrified and asked one another, "Who then is this, that even the wind and the sea obey him?" און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים?
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]