Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 3 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Once again Jesus entered the synagogue, and a man with a withered hand was there. און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט.
2 They watched closely to see if he'd heal the man on the Sabbath, to accuse Jesus. און זיי האבן געלויערט אויף אים, צי ער וועט אים שבת היילן, כדי זיי זאלן אים אנקלאגן.
3 Jesus said to the man with the withered hand, "Stand up and come forward." און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן!
4 Then he asked them, "Is it lawful on the Sabbath to do good or to do harm, to save life or to kill?" But they stayed silent. און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן.
5 He looked around at them in anger, grieved by their hardness of heart, and told the man, "Stretch out your hand." He stretched it out, and his hand was restored. און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.
6 Then the Pharisees went out and immediately began plotting with the Herodians how they might destroy him. און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן זיך גלייך באראטן מיט הורדוסנס לייט קעגן אים, וויאזוי זיי זאלן אים אומברענגען.
7 Jesus withdrew with his disciples to the sea; a large crowd from Galilee followed, and from Judea, און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען מיט זיינע תלמידים צום ים, און א גרויסער עולם מענטשן פון גליל האט נאכגעפאלגט; און פון יהודה,
8 from Jerusalem, Idumea, beyond the Jordan, and the region around Tyre and Sidon—hearing all he was doing, a great crowd came to him. און פון ירושלים, און פון אדום, און פון עבר הירדן, און פון ארום צור און צידון, א גרויסע מאסע מענטשן, הערנדיק די מעשים, וואס ער האט געטאן, זענען זיי געקומען צו אים,
9 He told his disciples to keep a small boat ready, because of the crowd, so they wouldn't crush him. און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים, אז א קליין שיפל זאל זיין גרייט פאר אים מחמת דעם המון, כדי מען זאל זיך נישט דרענגען אויף אים;
10 For he had healed so many that all who had diseases were pressing forward to touch him. ווארום ער האט א סך געהיילט, אזוי אז אלע, וואס האבן געהאט א פלאג, זענען געפאלן אויף אים, כדי אים אנצורירן.
11 Whenever the unclean spirits saw him, they fell before him, shouting, "You are the Son of God!" און די אומריינע גייסטער, ווען זיי האבן אים געזען, זענען אנידערגעפאלן פאר אים, און האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער!
12 But he firmly warned them not to reveal him. און ער האט זיי שטרענג באפוילן, אז זיי זאלן אים נישט מגלה זיין.
13 Jesus went up the mountain and called those he wanted; they came to him. און ער איז ארויפגעשטיגן אויף דעם בארג, און האט גערופן צו זיך די, וועלכע ער האט געוואלט; און זיי זענען געקומען צו אים.
14 He appointed twelve, named apostles, so they could be with him and he could send them out to preach, און ער האט באשטימט צוועלף, אז זיי זאלן זיין מיט אים, און כדי ער זאל זיי אוועקשיקן צו דרשענען,
15 and to have authority to drive out demons. און צו האבן רשות ארויסצוטרייבן בייזע גייסטער.
16 These are the twelve he appointed: Simon, to whom he gave the name Peter; און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס;
17 James son of Zebedee, and John his brother, whom he named Boanerges, meaning Sons of Thunder; און יעקב בן זבדי, און יוחנן, יעקבס ברודער, און זיי האט ער צוגעזעצט דעם נאמען בני רגוש, דאס הייסט זין פון דונער;
18 Andrew, Philip, Bartholomew, Matthew, Thomas, James son of Alphaeus, Thaddaeus, Simon the Zealot, און אנדריי, און פיליפוס, און בר‑תלמי, און מתתיהו, און תומא, און יעקב בן חלפי, און תדי, און שמעון הקנאי,
19 and Judas Iscariot, who betrayed him. און יהודה איש‑קריות, וועלכער האט אים אויך פארראטן.
20 He went home; the crowd gathered again, so he and his disciples couldn't even eat. און ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז. און עס איז זיך ווידער צוזאמענגעקומען א המון מענטשן, אזוי אז זיי האבן אפילו נישט געקענט עסן ברויט.
21 When his family heard, they went out to restrain him, for they said, "He's out of his mind." און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען.
22 The scribes who came down from Jerusalem said, "He has Beelzebul," and, "By the prince of demons he drives out demons." און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.
23 So Jesus called them to him and spoke in parables: "How can Satan drive out Satan? און ער האט זיי גערופן צו זיך, און גערעדט צו זיי מיט משלים; וויאזוי קען דער שׂטן ארויסטרייבן דעם שׂטן?
24 If a kingdom is divided against itself, that kingdom cannot stand. און אויב א מלוכה איז צעטיילט קעגן זיך אליין, קען יענע מלוכה נישט האבן קיין קיום.
25 And if a house is divided against itself, that house will not be able to stand. און אויב א הויז איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וועט יענץ הויז נישט קענען בלייבן שטיין.
26 And if Satan opposes himself and is divided, he cannot stand; his end has come. און אויב דער שׂטן שטייט אויף קעגן זיך אליין, און איז צעטיילט, קען ער נישט האבן קיין קיום, נאר האט דעם סוף.
27 No one can enter a strong man's house and take his goods without first tying up the strong man—then he can plunder the house. קיינער קען נישט אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור און ביי אים צורויבן די זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור; און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
28 Truly I tell you, all sins and insults against God will be forgiven children of mankind, whatever they say, באמת זאג איך אייך: אלע זינד וועלן פארגעבן ווערן צו די מענטשנקינדער, און די לעסטערונגען, וויפל זיי וועלן לעסטערן;
29 but whoever blasphemes against the Holy Spirit never has forgiveness; they are guilty of an eternal sin," ווער אבער עס וועט לעסטערן דעם רוח הקודש, דער האט נישט קיין פארגעבונג אויף אייביק, נאר איז חייב אן אייביקע זינד.
30 for they were saying, "He has an unclean spirit." ווייל זיי האבן געזאגט, אז ער האט אן אומריינעם גייסט.
31 His mother and brothers arrived and, standing outside, sent to him, calling him. און זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען, און שטייענדיק אינדרויסן האבן זיי געשיקט צו אים, אים צו רופן.
32 A crowd sat around him and said to him, "Look, your mother and your brothers are outside, asking for you." און עס איז געזעסן ארום אים א המון מענטשן; און מען האט צו אים געזאגט: זע, דיין מוטער און דיינע ברידער און דיינע שוועסטער זענען אינדרויסן און זוכן דיך.
33 He answered them, "Who are my mother and my brothers?" און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער איז מיין מוטער און מיינע ברידער?
34 Looking around at those sitting in a circle around him, he said, "Here are my mother and my brothers! און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער!
35 Whoever does the will of our Father is my brother and sister and mother." ווארום ווער עס וועט טאן ה׳ס רצון, דער דאזיקער איז מיין ברודער, און שוועסטער, און מוטער.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]