Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 2 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 A few days later, when Jesus came back to Capernaum, word spread that he was home. און אין אייניקע טעג ארום איז ער ווידער געגאנגען קיין כפר‑נחום; און מען האט געהערט, אז ער איז אינם הויז.
2 So many gathered that there was no room left, not even at the door, and he was speaking the word to them. און א סך לייט האבן זיך פארזאמלט, אזוי אז עס איז שוין מער נישט געווען קיין ארט, אפילו נישט ביי דער טיר; און ער האט צו זיי גערעדט דאס ווארט.
3 Then some men came, bringing to him a paralyzed man carried by four of them. און אייניקע זענען געקומען, ברענגענדיק צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געטראגן געווארן פון פיר.
4 Unable to bring him to Jesus because of the crowd, they removed the roof over him, dug through it, and lowered the mat the paralyzed man lay on. און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן דורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן.
5 When Jesus saw their faith, he said to the paralyzed man, "Son, your sins are forgiven." און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
6 Now some of the scribes were sitting there, reasoning in their hearts, עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער,
7 "Why does this man speak this way? He is blaspheming! Who can forgive sins but God alone?" פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין?
8 Immediately Jesus knew in his spirit they were reasoning this way within themselves, and said to them, "Why are you reasoning these things in your hearts? און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער?
9 Which is easier—telling the paralyzed man, 'Your sins are forgiven,' or, 'Get up, take your mat, and walk'? וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי?
10 But so you'll know the Son of Man has authority on earth to forgive sins"—he told the paralyzed man, כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערד—זאגט ער צום פאראליזשירטן:
11 "I say to you, get up, take your mat, and go home." דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!
12 He got up, immediately took his mat, and went out before them all, so that everyone was amazed and praised our Father, saying, "We've never seen anything like this." און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!
13 Jesus went out beside the sea again; the whole crowd came to him, and he taught them. און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען צום ברעג ים, און דער גאנצער המון מענטשן איז געקומען צו אים, און ער האט זיי געלערנט.
14 Passing by, he saw Levi son of Alphaeus sitting at the tax booth and said, "Follow me." He got up and followed him. און פארבייגייענדיק האט ער געזען לוי בן חלפי זיצן אינם שטייער אמט, און ער זאגט צו אים; פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט.
15 While Jesus reclined at the table in Levi's house, many tax collectors and sinners reclined with Jesus and his disciples, since many were following him. און עס איז געשען, בשעת ער (יהושע/ישוע) איז געזעסן אין זיין (לויס) הויז צום טיש, און א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים האבן זיך אנידערגעזעצט מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים; ווארום עס זענען געווען א סך, און זיי האבן אים נאכגעפאלגט.
16 Seeing him eat with sinners and tax collectors, the Pharisees' scribes asked his disciples, "Why does he eat with tax collectors and sinners?" און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?
17 Hearing this, Jesus said to them, "The healthy don't need a doctor, but the sick do. I didn't come to call the righteous, but sinners." און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
18 John's disciples and the Pharisees were fasting. They came and asked him, "Why do John's disciples and the Pharisees' disciples fast, but yours don't?" און יוחננס תלמידים און די פרושים פלעגן פאסטן; און זיי קומען און זאגן צו אים: פארוואס פאסטן יוחננס תלמידים און די תלמידים פון די פרושים, און דיינע תלמידים פאסטן נישט?
19 Jesus said to them, "Can wedding guests fast while the bridegroom is with them? As long as they have the bridegroom with them, they cannot fast. און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די געסט אויף דער חתונה פאסטן בשעת דער חתן איז מיט זיי? כל זמן זיי האבן דעם חתן מיט זיך, קענען זיי נישט פאסטן.
20 But days will come when the bridegroom is taken from them; then, on that day, they will fast. עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענעם טאג.
21 No one sews unshrunk cloth on an old garment; otherwise the new patch tears away from the old, and the tear worsens. קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; טאמער רייסט די נייע לאטע אפ פונם אלטן, און דער ריס ווערט ערגער.
22 No one puts new wine into old wineskins; the wine bursts the skins, and both are ruined. New wine goes into new wineskins." און קיינער גיסט נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; טאמער צעשפאלט דער וויין די לאגלען, און סאי דער וויין און סאי די לאגלען ווערן פארלוירן; נאר נייער וויין געהערט אין נייע לאגלען אריין.
23 One Sabbath, he walked through the grainfields, and as they went, his disciples began picking heads of grain. און עס איז געשען, אז א שבת איז ער געגאנגען דורך די קארנפעלדער, און זיינע תלמידים האבן אנגעהויבן אויפן וועג אפצורייסן די זאנגען.
24 The Pharisees said to him, "Look, why are they doing what's not lawful on the Sabbath?" און די פרושים האבן געזאגט צו אים: זע, פארוואס טוען זיי אום שבת וואס מען טאר נישט?
25 And he said to them, "Have you never read what David did when he was in need and hungry, he and those with him, און ער זאגט צו זיי: צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען ער איז געווען אין נויט, און איז געווען הונגעריק, ער אליין און די לייט מיט אים?
26 how he entered the house of our Father in the days of Abiathar the high priest, ate the bread of the Presence—which only priests may eat—and gave some to those with him?" ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), ווען אביתר איז געווען כהן גדול, און האט געגעסן דאס לחם הפנים, וואס קיינער טאר נישט עסן אחוץ די כהנים, און האט עס אויך געגעבן צו די, וואס זענען געווען מיט אים? (שמואל א כא, א-ו.)
27 And he said to them, "The Sabbath was made for people, not man for the Sabbath. און ער האט צו זיי געזאגט: דער שבת איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטשן, און נישט דער מענטש צוליב דעם שבת.
28 So the Son of Man is Lord even of the Sabbath." דערפאר איז דער בר אנש אויך האר איבער דעם שבת.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]