Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 1 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 The beginning of the gospel of Jesus Christ, the Son of our Father. דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער.
2 As written in Isaiah the prophet: "Look, I send my messenger ahead of you, who will prepare your way. לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא: זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.)
3 A voice calling out in the wilderness: 'Prepare the way of the Lord, make his paths straight.'" א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט פארטיק דעם הארס וועג, גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
4 John appeared, baptizing in the wilderness and proclaiming a baptism of repentance for the forgiveness of sins. יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד.
5 All Judea and everyone in Jerusalem went out to him, and he baptized them in the Jordan River as they confessed their sins. און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד.
6 John was dressed in camel's hair, with a leather belt around his waist, eating locusts and wild honey. און דער יוחנן איז געווען אנגעטאן אין קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן, און האט געגעסן היישעריקן און ווילדן האניק.
7 He announced: "After me comes one stronger than I; I'm not worthy to stoop and untie his sandal strap. און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך.
8 I have baptized you with water, but he will baptize you with the Holy Spirit." איך האב אייך טובל געווען מיט וואסער אין א מקווה, ער אבער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.
9 In those days Jesus came from Nazareth of Galilee and was baptized by John in the Jordan. און עס איז געשען, אין יענע טעג איז יהושע/ישוע געקומען פון נצרת אין גליל, און איז געטובלט געווארן אין א מקווה פון יוחנן אינם ירדן.
10 Immediately, as he came up out of the water, he saw the heavens split open and the Holy Spirit come down on him like a dove. און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים;
11 And a voice came from heaven: "You are my beloved Son; in you I delight." און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
12 And immediately the Holy Spirit drove him out into the wilderness. און גלייך טרייבט אים דער גייסט אין דער מדבר אריין.
13 He was in the wilderness forty days, tempted by Satan, with the wild animals, and the angels served him. און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט.
14 Now after John was arrested, Jesus came into Galilee, proclaiming the gospel of our Father, און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳,
15 and saying, "The time is fulfilled, and our Father's kingdom is near; repent and believe the good news." און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!
16 Passing the Sea of Galilee, he saw Simon and his brother Andrew casting a net in the sea, for they were fishermen. און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט.
17 And Jesus said to them, "Follow me, and I will make you become fishers of people." און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן צו ווערן פישערס פון מענטשן!
18 And immediately they left their nets and followed him. און גלייך האבן זיי פארלאזט די נעצן און האבן אים נאכגעפאלגט.
19 Going a little farther, he saw James son of Zebedee and John his brother in their boat, mending the nets. און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן.
20 At once he called them; leaving their father Zebedee in the boat with the hired hands, they followed him. און גלייך האט ער זיי גערופן; און זיי האבן פארלאזט זייער פאטער זבדי און דעם שיפל צוזאמען מיט די טאג לוינער, און זענען אוועק נאך אים.
21 They went to Capernaum. At once, on the Sabbath, he entered the synagogue and began teaching. און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט.
22 They were amazed at his teaching, for he taught them with authority, not like the scribes. און מען האט געשטוינט איבער זיין תורה; ווארום ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי די סופרים.
23 And immediately there was in their synagogue a man with an unclean spirit, and he cried out. און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט; און ער האט א געשריי געטאן,
24 Why meddle with us, Jesus of Nazareth? Have you come to destroy us? I know who you are—God's Holy One! אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.
25 But Jesus rebuked him, saying, "Be silent, and come out of him!" און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים!
26 And the unclean spirit, convulsing him and crying out with a loud voice, came out of him. און דער אומריינער גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס.
27 All were amazed, and they questioned each other: "What is this? A new teaching with authority - he commands even the unclean spirits, and they obey him!" און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.
28 And at once his fame spread everywhere throughout all the surrounding region of Galilee. און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.
29 Immediately he left the synagogue and went to Simon and Andrew's house, with James and John. און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן.
30 Now Simon's mother-in-law lay sick with a fever, and immediately they told him about her. שמעונס שוויגער אבער איז געלעגן קראנק מיט א פיבער; און זיי האבן אים תיכף געזאגט וועגן איר.
31 He came, took her hand, raised her up. The fever left her, and she served them. און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.
32 That evening, when the sun set, they brought him all who were sick and those oppressed by demons. און ווען עס איז געווארן אוונט, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האט מען געברענגט צו טראגן צו אים אלע קראנקע, און באזעסענע מיט בייזע גייסטער.
33 And the whole city was gathered together at the door. און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר.
34 He healed many sick with various diseases and drove out many demons, not letting the demons speak, since they knew him. און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.
35 Long before dawn, while still dark, he got up, went out to a deserted place, and prayed there. און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן.
36 And Simon and those who were with him searched for him, און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים;
37 and they found him and said to him, "Everyone is looking for you." און האבן אים געפונען, און זאגן צו אים: אלע זוכן דיך!
38 He said, "Let us go elsewhere, to the neighboring towns, so I can preach there too, for that is why I came." און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען.
39 And he went throughout all Galilee, preaching in their synagogues and casting out demons. און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.
40 A man with leprosy came, knelt, and begged him, "If you're willing, you can make me clean." און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן!
41 Moved with deep compassion, he stretched out his hand, touched him, and said to him, "I am willing; be clean." און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין!
42 And immediately the leprosy left him, and he was made clean. און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין.
43 Sternly warning him, he sent him away at once, און ער האט שארף צו אים גערעדט, האט אים תיכף אוועקגעשיקט,
44 and told him, "Make sure you tell no one—but go, show yourself to the priest, and offer what Moses commanded for your cleansing, as proof to the people." און זאגט צו אים: גיב אכטונג, זאלסט קיינעם גארנישט זאגן; נאר גיי ווייז דיך דעם כהן, און ברענג א קרבן פאר דיין רייניקונג, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי (ויקרא יד, א-לב.)
45 But he went out, proclaiming it freely and spreading the news, so Jesus could no longer enter a town openly, but stayed in lonely places. Yet people came to him from everywhere. ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]