Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 28 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After the Sabbath, at dawn on the first day of the week, Mary Magdalene and the other Mary came to see the tomb. און נאך מוצאי שבת, ווען עס האט אנגעהויבן טאגן דעם ערשטן טאג פון דער וואך, איז געקומען מרים פון מגדלה און די אנדערע מרים צו זען דאס קבר.
2 Suddenly a great earthquake struck, for an angel of our Father came down from heaven, rolled back the stone, and sat on it. און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים.
3 His appearance was like lightning, and his clothing white as snow. און זיין געשטאלט איז געווען ווי דער בליץ, און זיין קלייד ווייס ווי שניי;
4 The guards trembled in fear of him and became like dead men. און פון מורא פאר אים האבן די היטער געציטערט, און זענען געווארן ווי מתים.
5 But the angel said to the women, "Don't be afraid, for I know you're looking for Jesus, who was crucified. און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו די פרויען: האט נישט קיין מורא! מחמת איך ווייס, אז איר זוכט יהושען/ישוען וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן.
6 He isn't here—he's risen, as he said. Come, see the place where he was lying. ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן.
7 Go quickly, tell his disciples: He has risen from the dead. Look, he is going ahead of you to Galilee; you will see him there. Listen, I have told you." און גייט גיך, און זאגט זיינע תלמידים, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע: און זע, ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארטן וועט איר אים זען. זע, איך האב עס אייך געזאגט.
8 So they left the tomb quickly, with fear and great joy, and ran to tell his disciples. און זיי זענען איילנדיק אוועק פון קבר מיט מורא און גרויסער שמחה, און זענען געלאפן עס אנצוזאגן צו זיינע תלמידים.
9 Suddenly Jesus met them, saying, "Greetings!" They came to him, grasped his feet, and worshiped him. און זע, יהושע/ישוע איז זיי אנטקעגנגעקומען, און געזאגט: שלום! און זיי זענען צוגעגאנגען און האבן אים אנגענומען ביי די פיס, און זיך געבוקט צו אים.
10 Then Jesus told them, "Don't be afraid. Go, tell my brothers to leave for Galilee—they will see me there." דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.
11 While on the way, some guards entered the city and reported to the chief priests all that had happened. און בשעת זיי זענען געגאנגען, זע, אייניקע פון דער וואך זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און דערציילט די הויפט כהנים אלץ, וואס איז געשען.
12 After meeting with the elders and forming a plan, they paid the soldiers a large sum, און זיי האבן זיך פארזאמלט מיט די זקנים, און נאך דעם ווי זיי האבן זיך געהאלטן אן עצה, האבן זיי געגעבן די זעלנער געלט גענוג,
13 telling them, "Say: His disciples came at night and stole him while we slept. און געזאגט: איר זאלט זאגן: זיינע תלמידים זענען געקומען ביינאכט, און האבן אים אוועקגעגנבעט, ווען מיר זענען געשלאפן.
14 If this reaches the governor, we'll persuade him and keep you free of trouble." און אויב דאס דאזיקע וועט קומען צום גובערנאטארס אויערן, וועלן מיר אים איבעררעדן און מאכן, אז איר זאלט נישט האבן קיין זארגן.
15 They took the money and did as they were told; this report spread among the Jews to this day. און זיי האבן גענומען דאס געלט, און געטאן ווי זיי זענען געלערנט געווארן. און די דאזיקע רייד האבן זיך פארשפרייט ביי יידן ביז צום היינטיקן טאג.
16 Then the eleven disciples went to Galilee, to the mountain where Jesus had directed them. די עלף תלמידים אבער זענען געגאנגען קיין גליל צו דעם בארג, וואואהין יהושע/ישוע האט זיי באשטימט.
17 When they saw him, they worshiped him, but some doubted. און ווען זיי האבן אים געזען, האבן זיי זיך געבוקט; א טייל אבער האבן געצווייפלט.
18 Jesus came and said to them, "All authority in heaven and on earth has been given to me. און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.
19 Therefore go and make disciples of all nations, baptizing them in the name of the Father and of the Son and of the Holy Spirit, גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,
20 teaching them to obey all I've commanded you. Remember, I'm with you always, to the end of the age." און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]