Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Matthew 27 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 At dawn, all the chief priests and elders of the people met and plotted to kill Jesus. און צומארגנס אינדערפרי האבן אלע הויפט כהנים און זקנים פון פאלק אנגענומען א באשלוס קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן;
2 So they bound him, led him away, and handed him over to Pilate the governor. און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.
3 Then Judas, his betrayer, seeing Jesus condemned, felt remorse and returned the thirty pieces of silver to the chief priests and elders, דעמאלט אז יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט געזען, דאס ער איז פארמשפט געווארן, האט ער חרטה געהאט, און אומגעקערט די דרייסיק שטיק זילבער צו די הויפט כהנים און זקנים,
4 saying, "I sinned, betraying innocent blood." They said, "Not our concern. You'll see to it." אזוי צו זאגן: איך האב געזינדיקט, פארראטנדיק אומשולדיק בלוט! זיי אבער האבן געזאגט: וואס גייט דאס אונדז אָן? זארג דו וועגן דעם!
5 He threw the pieces of silver into the temple, went out, and hanged himself. און ער האט א ווארף געטאן די זילבער שטיק אין היכל אריין, און איז אוועק! און איז געגאנגען און האט זיך אויפגעהאנגען.
6 The chief priests took the silver and said, "We can't put this in the treasury—it was payment for blood." און די הויפט כהנים האבן גענומען די זילבער שטיק, און געזאגט: מען טאר זיי נישט אריינלייגן אין דעם אוצר הקרבנות, ווייל עס איז בלוט געלט.
7 So they consulted, then bought the potter's field with it, to bury foreigners. און נאך דעם ווי זיי האבן זיך באראטן, האבן זיי דערמיט געקויפט דעם טעפערס פעלד, א קבורה פאר די גרים.
8 That is why that field has been called the Field of Blood to this day. דערפאר הייסט יענץ פעלד דאס בלוט פעלד ביז צום היינטיקן טאג.
9 Then what the prophet Jeremiah spoke was fulfilled: "They took the thirty pieces of silver, the price set on him, whom some of Israel's sons priced, דעמאלט איז דערפילט געווארן, וואס עס איז געווארן געזאגט דורך ירמיהו הנביא, אזוי צו זאגן: און זיי האבן גענומען די דרייסיק שטיק זילבער, דעם ווערט פון דעם געשעצטן, וועמען זיי האבן געשאצט, פון די קינדער ישראל;
10 and they gave them for the potter's field, as our Father directed me." און האבן זיי געגעבן פאר דעם טעפערס פעלד, לויט ווי דער האר האט מיר געבאטן.
11 Jesus stood before the governor; the governor asked, "Are you the King of the Jews?" Jesus said, "You say so." און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס!
12 But when he was accused by the chief priests and elders, he gave no answer. און ווען ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די הויפט כהנים און זקנים, האט ער גארנישט געענטפערט.
13 Then Pilate said to him, "Don't you hear how many charges they're bringing against you?" דעמאלט זאגט פילאטוס צו אים: דו הערסט נישט, וואס זיי זאגן אלץ אויס קעגן דיר?
14 He gave him no answer, not even to a single charge, so the governor was greatly amazed. און ער האט אים נישט געענטפערט, אפילו נישט אויף איין איינציק ווארט, אזוי, אז דער גובערנאטאר האט זיך זייער געוואונדערט.
15 At each feast the governor would release one prisoner the crowd wanted. און אויף יעדן יום טוב איז דער גובערנאטאר געווען געוואוינט צו באפרייען פאר דעם פאלק איין געפאנגענעם, וועמען זיי האבן געוואלט.
16 At that time they were holding a notorious prisoner called Barabbas. און זיי האבן דעמאלט געהאט א גוט באקאנטן געפאנגענעם, וואס האט געהייסן בר‑אבא.
17 When they had gathered, Pilate asked, "Which do you want me to release—Barabbas, or Jesus called Christ?" דעריבער ווען זיי האבן זיך פארזאמלט, האט פילאטוס צו זיי געזאגט: וועמען ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען, בר‑אבאן אדער יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח?
18 For he knew that it was out of envy that they had handed him over. מחמת ער האט געוואוסט, אז צוליב קנאה האבן זיי אים איבערגעגעבן.
19 While he sat on the judgment seat, his wife sent to him: Have nothing to do with that righteous man, for I suffered much today in a dream because of him. און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!
20 But the chief priests and elders persuaded the crowds to ask for Barabbas and to have Jesus put to death. די הויפט כהנים אבער און די זקנים האבן איבערגערעדט די המונים מענטשן, אז זיי זאלן פארלאנגען בר‑אבאן, יהושען/ישוען אבער צו לאזן אומברענגען.
21 The governor said, "Which of the two should I release to you?" They said, "Barabbas." און דער גובערנאטאר האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: וועלכן פון די ביידע ווילט איר, אז איך זאל אייך באפרייען? און זיי האבן געזאגט: בר‑אבאן!
22 Pilate asked them, "What then do I do with Jesus called Christ?" They all said, "Have him crucified!" זאגט פילאטוס צו זיי: און וואס זאל איך טאן מיט יהושען/ישוען, וואס מען רופט אים משיח? זאגן אלע: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!
23 He said, "Why? What wrong has he done?" But they cried out louder, "Crucify him!" און ער האט געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן, אזוי צו זאגן: ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים!
24 Seeing he could do nothing, but a riot was starting instead, Pilate took water, washed his hands before the crowd, and said, "I am innocent of this man's blood; you see to it." און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.
25 And all the people answered, "His blood be on us and on our children!" און דער גאנצער עולם האט ענטפערנדיק געזאגט; זיין בלוט אויף אונדז, און אויף אונדזערע קינדער!
26 Then he released Barabbas to them, had Jesus whipped, and handed him over to be crucified. דאן האט ער זיי באפרייט בר‑אבאן; יהושען/ישוען אבער האט ער געלאזט שמייסן און אים איבערגעגעבן, אז ער זאל אויפהענגען אויף דער בוים ווערן.
27 Then the governor's soldiers took Jesus into the governor's headquarters and gathered the whole regiment around him. דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג.
28 They stripped him and put a scarlet robe on him. און זיי האבן אים אויסגעטאן, און ארויפגעלייגט אויף אים א פורפור מאנטל.
29 They twisted a crown of thorns, set it on his head, put a reed in his right hand, knelt before him, and mocked him: "Hail, King of the Jews!" און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן!
30 And they spit on him, took the reed, and struck him on the head again and again. און האבן געשפיגן אויף אים, און גענומען די רוט און אים געשלאגן אויפן קאפ.
31 After mocking him, they stripped off the robe, dressed him in his own clothes, and led him away to crucify him. און ווען זיי האבן געהאט אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דעם מאנטל, און אים אנגעטאן זיינע אייגענע מלבושים, און האבן אים אוועקגעפירט אויפהענגען אויף דער בוים צו ווערן.
32 Going out, they found a Cyrenian named Simon and forced him to carry Jesus's cross. און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים.
33 And when they came to a place called Golgotha (which means Place of a Skull), און זענען געקומען צו אן ארט, וואס הייסט גלגלתא, דאס באטייט אן ארט פון א שארבן,
34 they gave him wine mixed with bitter gall to drink; he tasted it and refused to drink. און האבן אים געגעבן צו טרינקען וויין געמישט מיט גאל; און ער האט עס טועם געווען און נישט געוואלט טרינקען.
35 And when they had crucified him, they divided his garments among themselves by casting lots. און נאך דעם ווי זיי האבן אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים, האבן זיי זיך צעטיילט זיינע מלבושים, ווארפנדיק גורל,
36 Then they sat down and kept watch over him there. און האבן זיך אנידערגעזעצט און אים דארט באוואכט.
37 Over his head they posted the charge against him: "This is Jesus, the King of the Jews." און זיי האבן געזעצט איבער זיין קאפ זיין באשולדיקונג, געשריבן: דאס איז יהושע/ישוע דער קעניג פון די יידן.
38 Then two robbers were crucified with him, one on his right and one on his left. צו דער צייט ווערן מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים צוויי גזלנים, איינער פון דער רעכטער זייט, און איינער פון דער לינקער זייט.
39 Those who passed by hurled insults at him, shaking their heads, און די פארבייגייער האבן אים געלעסטערט, שאקלענדיק מיט זייערע קעפ,
40 saying, "You who would destroy the temple and rebuild it in three days—save yourself! If you're the Son of God, come down from the cross!" און זאגנדיק; דו, וואס צעשטערסט דעם היכל, און בויסט אים אויף אין דריי טאג, ראטעווע דיך אליין! אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, קום אראפ פון בוים!
41 In the same way the chief priests, with the scribes and elders, also mocked him, saying, דעסגלייכן האבן אויך די הויפט כהנים מיט די סופרים און זקנים אפגעשפאט פון אים, און געזאגט:
42 "he saved others; himself he can't save. He's King of Israel—let him come down from the cross now, and we'll believe in him. אנדערע האט ער געהאלפן, זיך אליין קען ער נישט העלפן. ער איז דער מלך פון ישראל; זאל ער איצט אראפקומען פון בוים, און מיר וועלן גלויבן אין אים!
43 He trusts in God—let God save him now, if he wants him, for he said, 'I am God's Son.'" ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער!
44 And the robbers who were crucified with him also heaped insults on him in the same way. און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן.
45 Now from noon until three in the afternoon darkness came over all the land. און פון דער זעקסטער שעה אן איז געווארן א פינצטערניש איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
46 About three in the afternoon, Jesus cried loudly, "Eli, Eli, lema sabachthani?"—meaning, "My God, my God, why have you forsaken me?" און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט?
47 When some of those standing there heard this, they said, "This man is calling Elijah." און ווען אייניקע פון די, וואס זענען דארט געשטאנען, האבן עס געהערט, האבן זיי געזאגט: ער רופט אליהון!
48 One of them ran at once, soaked a sponge in sour wine, put it on a reed, and gave him a drink. און באלד איז איינער פון זיי געלאפן, און גענומען א שוואם, און זי אנגעפילט מיט עסיק, און ארויפגעטאן אויף א שטעקן, און האט אים געגעבן צו טרינקען.
49 But the others said, "Leave him alone. Let us see whether Elijah will come to save him." די איבריקע אבער האבן געזאגט: ווארט, לאמיר זען, צי אליהו קומט אים ראטעווען.
50 And Jesus cried out again with a loud voice and gave up his spirit. און יהושע/ישוע האט נאכאמאל א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און האט אפגעגעבן זיין גייסט.
51 Suddenly the curtain of the temple was torn in two, from top to bottom. The earth shook, the rocks split. און זע, דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען פון אויבן ביז אראפ; און די ערד האט געציטערט; און די פעלדזן האבן זיך געשפאלטן;
52 The tombs were opened, and many bodies of the holy ones who had fallen asleep were raised. און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען;
53 After Jesus's resurrection, they left the tombs, entered the holy city, and appeared to many. און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך.
54 The centurion and those with him guarding Jesus saw the earthquake and what happened, and were terrified, saying, "Truly this man was the Son of God!" און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!
55 Many women watched from a distance; they had followed Jesus from Galilee to serve him. און דארט זענען געווען א סך פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, וועלכע האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען פון גליל, באדינענדיק אים;
56 Among them: Mary Magdalene, Mary mother of James and Joseph, and the mother of Zebedee's sons. צווישן זיי איז געווען מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב און יוסי, און די מוטער פון זבדיס קינדער.
57 At evening a rich man from Arimathea named Joseph came, himself a disciple of Jesus. און ווען עס איז געווארן אוונט, איז געקומען א רייכער מאן פון הרמתים, זיין נאמען איז געווען יוסף, וואס איז אליין אויך געווען ישועס תלמיד.
58 He went to Pilate and asked for Jesus' body. Then Pilate ordered it given to him. דער דאזיקער איז געגאנגען צו פילאטוסן, און האט באגערט ישועס קערפער. דעמאלט האט פילאטוס באפוילן, אז עס זאל אים געגעבן ווערן.
59 Joseph took the body, wrapped it in a clean linen cloth. און יוסף האט גענומען דעם קערפער, און אים איינגעוויקלט אין א ריין ליילעך,
60 He put it in his new tomb, cut into the rock, rolled a large stone across the tomb's entrance, and left. און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.
61 Mary Magdalene and the other Mary were there, sitting opposite the tomb. עס איז אבער דארטן געווען מרים פון מגדלה, און די אנדערע מרים, וועלכע האבן זיך אנידערגעזעצט אנטקעגנאיבער דעם קבר.
62 The next day—after Preparation Day—the chief priests and Pharisees gathered before Pilate, און צומארגנס, וואס איז נאך ערב שבת, האבן די הויפט כהנים און די פרושים זיך פארזאמלט ביי פילאטוסן,
63 and said, "Sir, we remember that deceiver, while still alive, said, 'After three days I will rise.' און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.
64 So order the tomb secured until the third day, or his disciples may come, steal him, and tell the people, 'He has been raised from the dead.' That last deception would be worse than the first." באפעל זשע, אז דאס קבר זאל געהאלטן ווערן זיכער ביז צום דריטן טאג, טאמער וועלן די תלמידים קומען און אים אוועקגנבענען, און זאגן דעם פאלק: ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע; און דער לעצטער באטרוג וועט זיין ערגער פונם ערשטן.
65 Pilate said to them, "You have a guard. Go, make it as secure as you can." האט פילאטוס צו זיי געזאגט: איר זאלט האבן א וואך! גייט און מאכט זיכער ווי איר פארשטייט.
66 So they went and made the tomb secure by sealing the stone and posting the guard. און זיי זענען געגאנגען, און האבן פארזיכערט דאס קבר מיט דער וואך, און פארחתמעט דעם שטיין.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]