1When Jesus had finished all these sayings, he said to his disciples,OYBCאון עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט אלע די דאזיקע ווערטער, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים:
2"You know Passover comes after two days, and the Son of Man is handed over to be crucified."OYBCאיר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.
3Then the chief priests and elders of the people gathered in the courtyard of the high priest Caiaphas,OYBCדעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
4and they plotted together to seize Jesus secretly and kill him.OYBCאון זיי האבן זיך באראטן, כדי צו כאפן יהושען/ישוען מיט כיטרעקייט, און אים צו טייטן.
5But they said, "Not during the festival, or there will be an uproar among the people."OYBCנאר, האבן זיי געזאגט: נישט יום טוב, כדי עס זאל נישט ווערן קיין מהומה צווישן דעם פאלק.
6Now when Jesus was in Bethany, in the house of Simon the leper,OYBCאון בשעת יהושע/ישוע איז געווען אין בית‑היני אין שמעון דעם מצורעדיקנס הויז,
7a woman came to him with an alabaster jar of very expensive perfume and poured it on his head as he sat at the table.OYBCאיז צוגעקומען צו אים א פרוי, וואס האט געהאט אן אלאבאסטער פלאש מיט זייער טייערן זאלבאייל, און דעם האט זי אויסגעגאסן אויף זיין קאפ, ווען ער איז געזעסן צום טיש.
8Seeing this, the disciples were angry, saying, "Why this waste?OYBCווי אבער די תלמידים האבן עס געזען, זענען זיי געווארן בייז, און געזאגט: צו וואס דער דאזיקער שאדן?
9For this could have been sold for a large sum and given to the poor."OYBCמחמת דאס דאזיקע האט מען געקענט טייער פארקויפן, און עס געבן צו ארעמעלייט.
10Jesus knew this and said to them, "Why trouble this woman? She has done a beautiful thing to me.OYBCנאר יהושע/ישוע האט עס באמערקט, און האט צו זיי געזאגט: וואס פארשאפט איר עגמת נפש דער פרוי? זי האט דאך מיר געטאן א טובה!
11For you always have the poor with you, but you will not always have me.OYBCמחמת די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי אייך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל!
12For when she poured this perfume on my body, she did it to prepare me for burial.OYBCמחמת אויסגיסנדיק דעם דאזיקן זאלבאייל אויף מיין גוף, האט זי עס געטאן צו מיין קבורה.
13Truly I tell you: wherever this gospel is preached worldwide, what she did will also be told, in memory of her."OYBCבאמת זאג איך אייך: וואו נאר די דאזיקע גוטע בשורה וועט אויסגערופן ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט מען אויך זאגן, וואס זי האט געטאן, איר לזכרון!
14Then one of the Twelve, the one called Judas Iscariot, went to the chief priests,OYBCדעמאלט איז געגאנגען איינער פון די צוועלף, וואס האט געהייסן יהודה איש‑קריות, צו די הויפט כהנים,
15and said, "What are you willing to give me, and I will hand him over to you?" And they counted out thirty pieces of silver for him.OYBCאון האט געזאגט: וואס ווילט איר מיר געבן, ווען איך וועל אים איבערגעבן צו אייך? און זיי האבן אים אפגעוואויגן דרייסיק שטיק זילבער.
16And from then on he looked for an opportunity to betray him.OYBCאון פון דעמאלט אן האט ער געזוכט א גוטע געלעגנהייט, כדי ער זאל אים פארראטן.
17On the first day of Unleavened Bread, the disciples asked Jesus, "Where do you want us to prepare for you to eat the Passover?"OYBCאון דעם ערשטן טאג פון חג המצות זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: וואו ווילסטו זאלן מיר צוגרייטן פאר דיר צו עסן דאס קרבן פסח?
18He said, "Go into the city to a certain man and tell him, 'The Teacher says: My time is near. I'll keep Passover at your house with my disciples.'"OYBCאון ער האט געזאגט: גייט אין דער שטאט אריין צו דעם און דעם, און זאגט צו אים: דער רבי זאגט: מיין צייט איז נאענט; ביי דיר וויל איך מאכן פסח מיט מיינע תלמידים.
19And the disciples did as Jesus directed them, and they prepared the Passover.OYBCאון די תלמידים האבן געטאן, ווי יהושע/ישוע האט זיי באפוילן; און צוגעגרייט דאס קרבן פסח.
20When evening came, he sat at the table with the Twelve.OYBCאון ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער זיך אנידערגעזעצט צום טיש מיט די צוועלף תלמידים.
21And as they were eating, he said, "Truly I tell you, one of you will betray me."OYBCאון בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן!
22Deeply grieved, they each asked him, "Surely not I, Lord?"OYBCאון זיי זענען געווארן זייער טרויעריק, און האבן אנגעהויבן, איינער נאכן אנדערן, צו זאגן צו אים: האר, בין איך דאס?
23He replied, "The one who has dipped his hand in the bowl with me will betray me.OYBCאון ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס טונקט איין די האנט מיט מיר אין דער קערה, דער דאזיקער וועט מיך פארראטן.
24The Son of Man goes, just as is written of him. But how terrible for the man who betrays him—better for him had he never been born."OYBCדער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.
25Judas, his betrayer, said, "Surely not I, Rabbi?" He said to him, "You have said so."OYBCאון יהודה, וואס האט אים פארראטן, האט ענטפערנדיק געזאגט: רבי, בין איך דאס? זאגט ער צו אים: דו האסט עס געזאגט!
26As they ate, Jesus took bread, blessed and broke it, gave it to the disciples, and said, "Take, eat; this is my body."OYBCאון בשעת זיי האבן געגעסן, האט יהושע/ישוע גענומען ברויט, און האט געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו די תלמידים, און געזאגט: נעמט, עסט! דאס איז מיין גוף.
27Taking a cup and giving thanks, he gave it to them, saying, "Drink from it, all of you,OYBCאון ער האט גענומען א כוס, געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי, זאגנדיק: טרינקט אלע דערפון!
28for this is my blood of the covenant, poured out for many for forgiveness of sins.OYBCמחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.
29I tell you: I won't drink this fruit of the vine again, from now until the day I drink it new with you in my Father's kingdom."OYBCאיך זאג אייך אבער, איך וועל מער נישט טרינקען פון איצט אָן פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל דאס טרינקען מיט אייך ניי אין דעם קעניגרייך פון מיין פאטער.
30And when they had sung a hymn, they went out to the Mount of Olives.OYBCאון זיי האבן אפגעזונגען הלל, און זענען ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.
31Then Jesus told them, "Tonight you will all fall away because of me.For it is written: 'I will strike the shepherd, and the flock's sheep will be scattered.'OYBCדעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו זיי: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן אין מיר אין דער דאזיקער נאכט; מחמת עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף פון דער סטאדע וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
32But after I am raised up, I will go ahead of you to Galilee."OYBCנאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך פארויסגיין פאר אייך קיין גליל.
33Peter said to him, "Though they all fall away because of you, I will never fall away."OYBCפעטרוס אבער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אפילו ווען אלע וועלן געשטרויכלט ווערן אין דיר, וועל איך מיך קיינמאל נישט שטרויכלען!
34Jesus said to him, "I tell you the truth: before the rooster crows tonight, you will deny me three times."OYBCהאט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!
35Peter said, "Even if I must die with you, I won't deny you." All the disciples said the same.OYBCזאגט פעטרוס צו אים: און אויב איך זאל מוזן שטארבן מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען! דעסגלייכן האבן אויך אלע תלמידים געזאגט.
36Then Jesus came with them to a place called Gethsemane and told the disciples, "Sit here while I go pray over there."OYBCדאן גייט יהושע/ישוע מיט זיי אויף אן ארט, וואס הייסט גת‑שמני, און זאגט צו די תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל אהינגיין דארטן און תפילה טאן.
37And taking with him Peter and the two sons of Zebedee, he became deeply grieved and distressed.OYBCאון ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט.
38Then he told them, "My soul is crushed with sorrow, even to death. Stay here and watch with me."OYBCדעמאלט זאגט ער צו זיי: מיין נפש איז טיף באטריבט, ביז צום טויט! בלייבט דא, און וואכט מיט מיר!
39Going a little farther, he fell on his face and prayed, "My Father, if possible, let this cup pass from me. Yet not as I will, but as you will."OYBCאון איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו!
40He came to the disciples and found them asleep. He said to Peter, "So, couldn't you stay awake with me one hour?OYBCאון ער גייט צו צו די תלמידים, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: אזוי, איר האט נישט געקענט וואכן מיט מיר איין שעה?
41Stay alert and pray, so you don't fall into temptation; the spirit is willing, but the flesh is weak."OYBCהאלט וואך און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון! דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש אבער איז שוואך.
42A second time he went away and prayed, "My Father, if this cannot pass unless I drink it, your will be done."OYBCווידער איז ער צום צווייטן מאל אוועקגעגאנגען, און האט תפילה געטאן, אזוי צו זאגן: מיין פאטער, אויב דאס דאזיקע קען נישט פארבייגיין, אחוץ איך זאל עס טרינקען, זאל דיין רצון געשען!
43And he came again and found them sleeping, for their eyes were heavy.OYBCאון ער איז געקומען און האט זיי ווידער געפונען שלאפן; מחמת זייערע אויגן זענען געווען שווער.
44So leaving them again, he went away and prayed a third time, saying the same words again.OYBCאון ער האט זיי איבערגעלאזט, איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן צום דריטן מאל, זאגנדיק נאכאמאל די זעלביקע ווערטער.
45Then he came to the disciples and said to them, "Still sleeping and resting? Look, the hour has come, and the Son of Man is betrayed into the hands of sinners.OYBCדאן גייט ער צו צו די תלמידים, און זאגט צו זיי: איר שלאפט נאך אלץ, און רוט? זע, די שעה האט זיך דערנענטערט, און דער בר אנש ווערט פארראטן אין די הענט פון חוטאים!
46Get up, let's go! Look, the one who betrays me is here!"OYBCשטייט אויף, לאמיר גיין! זע, דער וואס פארראט מיך איז נאענט!
47While he was still speaking, Judas, one of the Twelve, suddenly came with a large crowd carrying swords and clubs, sent by the chief priests and elders of the people.OYBCאון בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געקומען און מיט אים א גרויסער המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און זקנים פון פאלק.
48Now the betrayer had given them a signal: "The one I kiss is him—seize him."OYBCדער אבער, וואס האט אים פארראטן, האט זיי געגעבן א צייכן, און געזאגט: וועמען איך וועל געבן א קוש, דער איז עס, כאפט אים!
49And immediately he came up to Jesus and said, "Greetings, Rabbi!" And he kissed him.OYBCאון גלייך איז ער צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: שלום, רבי! און האט אים געקושט.
50Jesus told him, "Friend, do what you came to do." Then they came, grabbed Jesus, and held him.OYBCיהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: פריינד, צו וואס ביסטו געקומען? דעמאלט זענען זיי צוגעגאנגען און האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף יהושען/ישוען, און אים גענומען.
51And look, one of those with Jesus reached out his hand, drew his sword, struck the high priest's servant, and cut off his ear.OYBCאון זע, איינער פון די, וואס זענען געווען מיט יהושען/ישוען, האט אויסגעשטרעקט די האנט, און ארויסגעצויגן זיין שווערד, און האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
52Then Jesus said to him, "Put your sword back in its place. All who take the sword will die by the sword.OYBCדעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: קער אום דיין שווערד אויף איר ארט! מחמת אלע, וואס נעמען א שווערד, וועלן אומקומען מיט דער שווערד.
53Do you think I can't call on my Father, who'd at once send me more than twelve legions of angels?OYBCאדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?
54But how then would the Scriptures be fulfilled, that it must happen this way?"OYBCאון וויאזוי זשע וואלטן די כתבי (הקודש) געקענט דערפילט ווערן, אז אָט אזוי מוז עס געשען?
55At that hour Jesus said to the crowds, "Did you come out with swords and clubs to seize me, as against a bandit? I sat teaching in the temple daily, and you didn't arrest me.OYBCאין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען.
56But all this happened to fulfill the prophets' Scriptures." Then all the disciples abandoned him and fled.OYBCדאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן.
57Then those who arrested Jesus brought him to Caiaphas the high priest, where the scribes and the elders had gathered.OYBCאון די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט.
58Peter followed at a distance, to the high priest's courtyard, went in, and sat with the guards to watch how it would end.OYBCאון פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס ביז צום הויף פון כהן גדול, און איז אריינגעגאנגען אינעווייניק, און זיך אנידערגעזעצט מיט די שומרים, צו זען דעם סוף.
59The chief priests and the whole Council sought false testimony against Jesus, to put him to death,OYBCאון די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט א פאלש עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי זיי זאלן אים קענען טייטן;
60but they found none, though many false witnesses came forward. At last two came forward,OYBCאון האבן נישט געפונען, הגם א סך פאלשע עדות זענען געקומען. צולעצט אבער זענען געקומען צוויי,
61and said, "This man said, 'I can destroy God's temple and rebuild it in three days.'"OYBCאון האבן געזאגט: דער דאזיקער האט געזאגט: איך בין בכוח צו צעשטערן דעם היכל פון ה׳, און אים אויפצובויען אין דריי טאג.
62The high priest stood up and said to him, "Have you no answer? What are these men testifying against you?"OYBCאון דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט צו אים: דו ענטפערסט גארנישט? וואס איז דאס, וואס זיי זאגן עדות קעגן דיר?
63But Jesus was silent. The high priest said, "I put you under oath by the living God: tell us whether you are the Christ, the Son of God."OYBCיהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!
64Jesus told him, "You've said it. But I tell you: from now on you'll see the Son of Man seated at Power's right hand, coming on heaven's clouds."OYBCזאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.)
65Then the high priest tore his clothes: "He has blasphemed! Why do we still need witnesses? You've now heard the blasphemy.OYBCדעמאלט האט דער כהן גדול צעריסן זיינע קליידער, זאגנדיק: ער האט געלעסטערט; וואס דארפן מיר נאך האבן עדות? זע, איר האט איצט געהערט די לעסטערונג.
66What is your judgment?" They answered, "He deserves death."OYBCוואס מיינט איר? און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: ער איז חייב מיתה.
67Then they spit in his face and struck him; and some slapped him,OYBCדאן האבן זיי אים געשפיגן אין פנים אריין און האבן אים געשלאגן מיט די פויסטן;
68saying, "Prophesy to us, Christ! Who hit you?"OYBCאנדערע האבן אים געגעבן פעטש, און געזאגט: משיח, זאג נבואות צו אונדז! ווער איז עס, וואס האט דיך געשלאגן?
69Peter sat outside in the courtyard. A servant girl approached, saying, "You too were with Jesus the Galilean."OYBCאון פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי!
70But he denied it before them all, saying, "I don't know what you're talking about."OYBCער אבער האט עס געלייקנט פאר אלעמען, אזוי צו זאגן: איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט!
71As he went out to the gate, another servant girl saw him and told those there, "This man was with Jesus of Nazareth."OYBCאון איז ארויסגעגאנגען צום פאדערהויז, און אן אנדערע האט אים דערזען, און זאגט צו די מענטשן דארטן: דער דאזיקער איז געווען מיט יהושע/ישוע פון נצרת!
72And again he denied it with an oath, "I do not know the man."OYBCאון נאכאמאל האט ער עס געלייקנט מיט א שבועה: איך קען נישט דעם מענטשן!
73Shortly after, the bystanders came to Peter: "Surely you're one of them too, since your accent gives you away."OYBCאון נאך א קליינער וויילע זענען צוגעקומען די, וואס זענען דארט געשטאנען, און האבן געזאגט צו פעטרוסן: עס איז אמת, אויך דו ביסט איינער פון זיי; מחמת אפילו דיין ארט רעדן פארראט דיך.
74Then he began to curse himself and swear, "I don't know the man." At once a rooster crowed.OYBCדעמאלט האט ער אנגעהויבן צו שעלטן און שווערן: איך קען נישט דעם מענטשן! און גלייך האט א האן געקרייט.
75Peter remembered Jesus' words: "Before the rooster crows, you will deny me three times." He went out and wept bitterly.OYBCאון פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט.