Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Mark 9 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 He said to them, "Truly I tell you: some standing here will not taste death before they see the kingdom of our Father come with power." און ער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, עס זענען פאראן אייניקע, וואס שטייען דא, וועלכע וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳ געקומען מיט מאכט.
2 Six days later Jesus took Peter, James, and John, and led them up a high mountain alone, and he was transfigured before them. און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן, און פירט זיי ארויף אויף א הויכן בארג איינע אליין; און ער האט זיך פארענדערט פאר זיי;
3 His clothes became radiant, dazzling white—whiter than anyone on earth could bleach them. און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק, זייער ווייס, ווי קיין וואלקער אויף דער ערד קען נישט אזוי ווייס מאכן.
4 And Elijah appeared to them along with Moses, and they were talking with Jesus. און אליהו (הנביא) האט זיך צו זיי באוויזן צוזאמען מיט משה (רבינו), און זיי האבן גערעדט מיט יהושען/ישוען.
5 Peter said to Jesus, "Rabbi, it's good that we're here. Let's make three shelters—one for you, one for Moses, and one for Elijah." און ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו יהושען/ישוען: רבי, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי געצעלטן: פאר דיר איינס, און פאר משהן איינס, און פאר אליהו איינס;
6 He did not know what to say, for they were terrified. ווארום ער האט נישט געוואוסט, וואס ער זאל ענטפערן; ווארום זיי האבן זיך זייער געפארכטן.
7 A cloud appeared and overshadowed them, and a voice came from the cloud: "This is my beloved Son. Listen to him!" און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן!
8 Suddenly, when they looked around, they no longer saw anyone with them except Jesus. און פלוצלונג, ארומקוקנדיק זיך, האבן זיי מער קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין מיט זיי.
9 Coming down the mountain, he ordered them to tell no one what they'd seen until the Son of Man rose from the dead. און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע.
10 So they kept the matter to themselves, questioning what rising from the dead could mean. און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע.
11 And they asked him, "Why do the scribes say that Elijah must come first?" און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: די סופרים זאגן, אז אליהו מוז קומען צום ערשט. (מלאכי ד, ה-ו.)
12 He said, "Elijah does come first and restores everything. Then why is it written the Son of Man must suffer much and be treated with contempt? און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.)
13 But I tell you, Elijah has come, and they did to him whatever they pleased, as it is written about him." איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים.
14 Coming to the other disciples, they saw a large crowd around the disciples, and scribes arguing with them. און קומענדיק צו די תלמידים, האבן זיי געזען א גרויסן המון מענטשן ארום זיי, און סופרים האלטן מיט זיי א וויכוח.
15 As soon as the whole crowd saw Jesus, they were astonished and ran to greet him. און גלייך ווי דער המון מענטשן האבן אים דערזען, זענען זיי דערשטוינט געווארן, און זענען אים אקייגנגעלאפן און אים אפגעגעבן שלום.
16 He asked them, "What are you arguing about with the scribes?" און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח?
17 Someone in the crowd answered him, "Teacher, I brought my son to you; he has a spirit that won't let him speak. און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט;
18 Whenever it seizes him, it throws him down. He foams at the mouth, grinds his teeth, and stiffens. I asked your disciples to drive it out, but they couldn't." און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט.
19 He replied, "You unbelieving generation, how long must I stay with you? How long must I endure you? Bring him to me." ער אבער ענטפערנדיק זאגט צו זיי: אָ, אומגלויביק דור! ווילאנג זאל איך נאך זיין מיט אייך? ביז ווען זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר!
20 They brought the boy to him. Seeing Jesus, the spirit instantly convulsed him; he fell to the ground, thrashing and foaming at the mouth. און זיי האבן אים געברענגט צו אים; און ווי ער האט אים דערזען, האט דער גייסט אים גלייך א ריס געטאן; און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, האט זיך געוואלגערט, שוימענדיק פארן מויל,
21 Jesus asked the boy's father, "How long has this been happening to him?" "From childhood," he said. און ער האט געפרעגט זיין פאטער: ווילאנג איז שוין זינט דאס דאזיקע איז געשען צו אים? און ער האט געזאגט: פון קינדווייז אָן;
22 "It has often thrown him into fire and water to destroy him. But if you can do anything, pity us and help us." און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז!
23 Jesus said to him, "'If you can'? Everything is possible for the one who believes." יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.
24 Immediately the boy's father cried, "I believe; help my unbelief!" גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן!
25 Seeing a crowd running together, Jesus rebuked the unclean spirit: "Mute and deaf spirit, I command you—come out of him and never enter him again!" און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים!
26 Crying out and convulsing him hard, it came out. He looked like a corpse, so many said, "He's dead." און ער האט א געשריי געטאן, און האט אים זייער פיל געריסן, און איז ארויסגעגאנגען; און ער איז געווארן ווי טויט, אז א רבים האבן געזאגט, אז ער איז געשטארבן!
27 But Jesus took him by the hand and raised him up, and he stood. יהושע/ישוע אבער האט אים אנגענומען ביי דער האנט, און אים אויפגעהויבן; און ער האט זיך אויפגעשטעלט.
28 When Jesus had gone indoors, his disciples asked him privately, "Why couldn't we drive it out?" און ווען ער איז אריינגעגאנגען אינם הויז, האבן זיינע תלמידים, גאנץ אליין, אים געפרעגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען בכוח אים ארויסצוטרייבן?
29 He told them, "This kind can come out only by prayer." און ער האט צו זיי געזאגט: דער דאזיקער מין (בייזע גייסטער) קען בשום אופן נישט ארויסגיין, אחוץ דורך תפילה און תעניתים.
30 They left there and passed through Galilee. Jesus did not want anyone to know where they were, און זיי זענען פון דארטן אוועק, און זענען געגאנגען דורך גליל; און ער האט נישט געוואלט, אז עמיצער זאל עס וויסן.
31 because he was teaching his disciples, telling them, "The Son of Man is being handed into human hands. They will kill him, and three days later he will rise." ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.
32 But they did not understand what he meant, and they were afraid to ask him. זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן.
33 They came to Capernaum. In the house he asked them, "What were you arguing about on the way?" און די זענען געקומען קיין כפר‑נחום; און זייענדיק אינם הויז, האט ער זיי געפרעגט: וועגן וואס האט איר זיך מתווכח געווען אויפן וועג?
34 But they were silent, since they had argued along the way about who was greatest. זיי אבער האבן געשוויגן; ווייל אונטערוועגנס האבן זיי געהאלטן א וויכוח איינער מיטן אנדערן, ווער עס איז דער גרעסטער.
35 He sat down, called the Twelve, and told them, "Anyone who wants to be first must be last of all and servant of all." און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און האט גערופן די צוועלף; און זאגט צו זיי: אויב איינער וויל זיין דער ערשטער, זאל ער זיין דער לעצטער פון אלע, און אלעמענס משרת.
36 He took a little child, stood him among them, took the child in his arms, and said to them: און האט גענומען א קינד, און עס אנידערגעשטעלט אין זייער מיט; און ער האט עס גענומען אויף זיינע ארעמס, און צו זיי געזאגט:
37 "Whoever accepts one of these little children in my name accepts me; whoever accepts me accepts not me but the one who sent me." ווער עס וועט אויפנעמען איינס פון אזעלכע קינדער אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט נישט אויף מיך, נאר דעם, וואס האט מיך געשיקט.
38 John said to him, "Teacher, we saw someone driving out demons in your name and tried to stop him, since he doesn't follow us." יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך.
39 But Jesus said, "Don't stop him—no one who does a miracle in my name can soon speak evil of me. יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: איר זאלט אים נישט פארווערן! ווייל עס איז נישט פאראן קיין מענטש, וועלכער וועט טאן א וואונדער אין מיין נאמען, און וואס וועט גיך קענען רעדן שלעכטס אויף מיר.
40 For whoever is not against us is for us. ווארום ווער עס איז נישט קעגן אונדז, דער איז פאר אונדז.
41 Truly I tell you, whoever gives you a cup of water to drink because you belong to Christ will never lose his reward. ווארום ווער עס וועט אייך געבן צו טרינקען א טעפעלע וואסער, פון מיינעטוועגן, ווייל איר געהערט צום משיח, באמת זאג איך אייך, דער וועט בשום אופן נישט פארלירן זיין שכר.
42 Whoever trips up one of these little ones who believe in me—better for him to have a large millstone hung around his neck and be thrown into the sea. און ווער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן וואלט עס געווען פיל בעסער פאר אים אויב א גרויסער מילשטיין וואלט געלייגט געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין.
43 If your hand trips you up, cut it off. Better to enter life maimed than with two hands to go into hell, into the unquenchable fire. און אויב דיין האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן אריין א קאליקע, ווי צו האבן דיינע ביידע הענט און צו גיין אין גיהנום אריין—אין דעם פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. (ישעיהו סו, כד.)
45 If your foot trips you up, cut it off. Better to enter life lame than be thrown into hell with two feet. און אויב דיין פוס פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק אים אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן לאם, ווי צו האבן דיינע ביידע פיס און אריינגעווארפן צו ווערן אין גיהנום, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן.
47 If your eye trips you up, throw it out. Better to enter the kingdom of our Father with one eye than be thrown into hell with two, און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין ה׳ס קעניגרייך מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין גיהנום אריין,
48 where 'their worm never dies and the fire never goes out.' וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן.
49 For everyone will be salted with fire. ווארום יעדער איינער מוז געזאלצן ווערן מיט פייער.
50 Salt is good, but if it loses its saltiness, how can you season it again? Keep salt among yourselves, and be at peace with each other." דאס זאלץ איז גוט; אויב אבער דאס זאלץ ווערט אומגעזאלצן, מיט וואס וועט איר עס ווירצן? האט זאלץ אין זיך, און לעבט בשלום איינער מיט דעם אנדערן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]