Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 7 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After he had finished saying all this to the people, he entered Capernaum. נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר‑נחום.
2 A centurion's servant who was dear to him was sick and at the point of death. און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן.
3 Hearing about Jesus, the centurion sent Jewish elders, asking him to come and heal his servant. און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם.
4 Reaching Jesus, they pleaded urgently: he deserves to have you do this for him, און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים;
5 for he loves our nation, and he is the one who built us our synagogue. ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט.
6 Jesus went with them. He was nearly at the house when the centurion sent friends to say, "Lord, don't trouble yourself—I'm not worthy for you to enter under my roof. איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך;
7 So I did not presume to come to you. But say the word, and let my servant be healed. צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן!
8 For I too am a man under authority, with soldiers under me. I tell one, 'Go,' and he goes; another, 'Come,' and he comes; my servant, 'Do this,' and he does it." ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס.
9 Hearing this, Jesus was amazed at the centurion, turned to the crowd following him, and said, "I tell you, I have not found such faith even in Israel." און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה!
10 And when those who had been sent returned to the house, they found the servant well. און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט.
11 Soon after, he went to a town called Nain, with his disciples and a big crowd. און עס איז געשען, אויף צומארגנס איז ער אוועקגעגאנגען אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן נעים, און זיינע תלמידים זענען מיטגעגאנגען, און א גרויסער המון מענטשן.
12 As he neared the town gate, a dead man was being carried out—an only son to his mother, a widow—and a large crowd from the town was with her. און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר.
13 When the Lord saw her, he felt compassion for her and said, "Don't cry." און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!
14 He stepped up and touched the bier; the carriers stopped, and he said, "Young man, I tell you, get up." און איז צוגעגאנגען און האט אנגערירט דעם ארון; און די נושאים האבן זיך אפגעשטעלט. און ער האט געזאגט; יונגערמאן, איך זאג דיר, שטיי אויף!
15 And the dead man sat up and began to speak, and Jesus gave him to his mother. און דער טויטער האט זיך אויפגעזעצט און האט אנגעהויבן צו רעדן. און ער האט אים געגעבן צו זיין מוטער.
16 Fear gripped them all; they praised our Father: "A great prophet has risen among us!" "Our Father has visited his people!" און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.
17 And this report about him spread through the whole of Judea and all the surrounding country. און די דאזיקע געשיכטע וועגן אים האט זיך פארברייטערט אין גאנץ יהודה און אין דער גאנצער געגנט ארום.
18 John's disciples told him all these things. Then John called two of his disciples, און יוחננס תלמידים האבן אים דערציילט וועגן אלעם דעם דאזיקן. און רופנדיק צו זיך צוויי פון זיינע תלמידים,
19 sent them to the Lord: "Are you the one who is to come, or should we look for another?" האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
20 When the men reached him, they said, "John the Baptist sent us to you, asking, 'Are you the one who is to come, or should we expect someone else?'" און ווען די מענער זענען געקומען צו אים, האבן זיי געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה האט אונדז געשיקט צו דיר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?
21 In that hour he healed many of diseases, plagues, and evil spirits, and gave sight to many blind. און אין יענער שעה האט ער א סך געהיילט פון קראנקייטן און פון פלאג און פון בייזע גייסטער; און א סך בלינדע האט ער געשענקט די ראיה.
22 He answered them, "Go tell John what you've seen and heard: the blind see, the lame walk, lepers become clean, the deaf hear, the dead rise, and the poor hear good news. און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גייט און דערציילט יוחנן וואס איר האט געזען און געהערט: בלינדע ווערן זעענדיק, לאמע גייען ארום, מצורעים ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, טויטע שטייען אויף, צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה. (ישעיהו לה, ה-ו; סא, א.)
23 And blessed is the one who is not offended by me." און געבענטשט איז דער, וועלכער וועט נישט שטרויכלען אין מיר.
24 When John's messengers left, Jesus spoke to the crowds about John: "What did you go into the wilderness to see? A reed swaying in the wind? און ווען יוחננס שליחים זענען אוועקגעגאנגען, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו די מאסן מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין צו זען? א טראשטשינע געשאקלט פונם ווינט?
25 What then did you go out to see? A man dressed in soft clothes? Look—those dressed in splendor, living in luxury, are in kings' palaces. נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן געקליידט אין טייערע מלבושים? זע, די וואס טראגן פרעכטיקע קליידער און לעבן אין תענוגים, געפינען זיך אין קעניגלעכע שלעסער.
26 But what did you go out to see—a prophet? Yes, I tell you: more than a prophet. נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא.
27 This is the one Scripture speaks of: 'Look, I'm sending my messenger ahead of you to prepare your way before you.' ער איז עס, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן: זע, איך שיק מיין מלאך פאר דיין פנים, וועלכער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר. (מלאכי ג, א.)
28 I tell you: no one born of women is greater than John—yet the least in our Father's kingdom is greater than he." איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער.
29 (When all the people, including the tax collectors, heard this, they declared our Father just, having been baptized with John's baptism, און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן.
30 but the Pharisees and lawyers rejected our Father's purpose for themselves, not baptized by him.). די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.
31 "To what then should I compare the people of this generation, and what are they like? צו וועמען זשע זאל איך פארגלייכן די מענטשן פון דעם דאזיקן דור, און צו וועמען זענען זיי גלייך?
32 They are like children sitting in the marketplace, calling to each other: 'We played the flute for you, and you didn't dance; we sang a dirge, and you didn't weep.' זיי זענען גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויפן מארק, און רופן איינס צום אנדערן און זאגן: מיר האבן געשפילט פאר אייך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געקלאגט, און איר האט נישט געוויינט.
33 For John the Baptist came eating no bread, drinking no wine, and you say, 'He has a demon.' ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט!
34 The Son of Man came eating and drinking, and you say, 'See, a glutton and a drunkard, a friend of tax collectors and sinners!' דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים!
35 Yet wisdom is justified by all her children." און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער.
36 A Pharisee invited him to eat with him; he went into the Pharisee's house and reclined at the table. און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש.
37 A woman in the city, a sinner, learned he was reclining at table in the Pharisee's house and brought an alabaster bottle of perfume. און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל,
38 Standing behind him at his feet, weeping, she began wetting his feet with her tears, wiped them with her hair, kissed his feet, and anointed them with the perfume. און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע.
39 Seeing this, the Pharisee who'd invited him thought, "If he were a prophet, he'd know who's touching him and what kind of woman she is—a sinner." אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.
40 Jesus replied to him, "Simon, I have something to say to you." He said, "Say it, Teacher." און ענטפערנדיק, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: שמעון, איך האב דיר עפעס צו זאגן. און ער האט געזאגט: רבי, זאג!
41 "A certain moneylender had two debtors. One owed 500 denarii, and the other fifty. א געוויסער מלווה האט געהאט צוויי בעלי חובות; איינער איז אים שולדיק געווען פינף הונדערט דינרים, דער אנדערער נאר פיפציק.
42 Since neither could pay, he canceled both debts. So which of them will love him more?" און ווייל זיי האבן נישט געהאט צו באצאלן, האט ער זיי ביידן געשענקט. דעריבער ווער פון זיי וועט אים מער ליב האבן?
43 Simon answered, "I suppose the one he forgave the larger debt." Jesus said, "You judged rightly." שמעון האט ענטפערנדיק געזאגט: איך נעם אָן, אז דער, וועמען ער האט דאס מערסטע געשענקט. און ער האט צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געמשפט!
44 Turning to the woman, he told Simon, "Do you see this woman? I entered your house—you gave no water for my feet, but she wet my feet with her tears and wiped them with her hair. און אויסדרייענדיק זיך צו דער פרוי, האט ער געזאגט צו שמעונען: דו זעסט די דאזיקע פרוי? איך בין אריינגעקומען אין דיין הויז, קיין וואסער פאר מיינע פיס האסטו מיר נישט געגעבן; זי אבער האט מיר באנעצט די פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיר אירע האר.
45 You gave me no kiss, but she, from when I came in, hasn't stopped kissing my feet. קיין קוש האסטו מיר נישט געגעבן; אבער זי, זינט איך בין אריינגעקומען, האט נישט אויפגעהערט צו קושן מיינע פיס.
46 You did not anoint my head with oil, but she has anointed my feet with perfume. מיט אייל מיין קאפ האסטו נישט געזאלבט; זי אבער האט געזאלבט מיינע פיס מיט מירע.
47 So I tell you, her many sins are forgiven, because she loved much. But whoever is forgiven little loves little." צוליב וועלכן איך זאג דיר, אירע זינד, די פילע, זענען איר פארגעבן געווארן; ווייל זי האט א סך ליב געהאט; וועמען אבער ווייניק ווערט פארגעבן, דער ליבט ווייניק.
48 And he said to her, "Your sins are forgiven." און ער האט צו איר געזאגט: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
49 Then his fellow guests began asking each other, "Who is this, who even forgives sins?" און די מיטזיצנדיקע האבן אנגעהויבן צו זאגן צווישן זיך: ווער איז דאס דער דאזיקער, וואס איז אפילו מוחל זינד?
50 And he said to the woman, "Your faith has saved you; go in peace." ער אבער האט געזאגט צו דער פרוי: דיין גלויבן האט דיך געראטעוועט, גיי לשלום!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]