1Soon after, he traveled through towns and villages, preaching and announcing the good news of our Father's kingdom. The twelve were with him,OYBCאון עס איז געשען נאך דעם, אז ער איז געגאנגען איבער שטאט און דארף, האט געדרשנט און אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און די צוועלף מיט אים,
2and some women healed of evil spirits and illnesses: Mary, called Magdalene, from whom seven demons had left,OYBCאון אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער,
3and Joanna, wife of Chuza, manager for Herod, and Susanna, and many others, who supported them from their own resources.OYBCאון יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.
4As a large crowd gathered, with people from every town coming to him, he spoke in a parable:OYBCאון ווען א גרויסער המון מענטשן איז זיך צוזאמענגעקומען, און זיי זענען געקומען צו אים פון אלע שטעט, האט ער געזאגט אין א משל:
5"A sower went out to sow. As he sowed, some seed fell on the path, got trampled, and birds of the sky ate it.OYBCעס איז ארויסגעגאנגען דער זייער צו פארזייען זיין זאמען; און בשעת ער האט געזייט, איז עפעס (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג און איז צעטרעטן געווארן, און די פייגל פון הימל האבן עס אויפגעפרעסן.
6Other seed fell on rock; sprouting, it withered from lack of moisture.OYBCאון אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דעם פעלדזן; און ווען עס האט אויפגעשפראצט, איז עס פארדארט געווארן, צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין פייכטקייט.
7Some fell among the thorns, and the thorns grew up with it and choked it.OYBCאון אן אנדער ביסל איז געפאלן אינמיטן פון די דערנער; און די דערנער זענען מיטאויפגעוואקסן און האבן עס דערשטיקט.
8Other seed fell on good soil, grew, and yielded a hundredfold." Saying this, he called out, "Whoever has ears to hear, let him hear."OYBCאון אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דער גוטער ערד און האט אויפגעשפראצט און געברענגט פרוכט הונדערטפאכיק. און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער אויסגערופן: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!
9His disciples asked him what this parable meant.OYBCאון די תלמידים זיינע האבן אים געפרעגט, וואס דאס משל זאל באטייטן.
10He said, "You've been given to know the secrets of our Father's kingdom; the rest get parables, so that 'seeing they may not see, and hearing they may not understand.'"OYBCאון ער האט געזאגט: אייך איז עס געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם קעניגרייך פון ה׳; צו די איבריקע אבער אין משלים, כדי קוקנדיק זאלן זיי נישט זען, און הערנדיק זאלן זיי נישט פארשטיין.
11"Now the parable is this: The seed is the word of our Father.OYBCאון דאס איז דאס משל: דער זאמען דאס איז ה׳ס ווארט.
12Those along the path are the ones who hear; then the devil comes and takes the word from their hearts, so they won't believe and be saved.OYBCדי ביים וועג זענען עס, וואס הערן, דערנאך קומט דער שׂטן און נעמט אוועק דאס ווארט פון זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט גלויבן און נישט געראטעוועט ווערן.
13Those on the rock hear the word and receive it with joy, but have no root; they believe for a while, then fall away in time of testing.OYBCאון די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.
14What fell among thorns: these are those who hear, but as they go, life's worries, wealth, and pleasures choke them, and their fruit never matures.OYBCאון דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט.
15But the one in good soil: these hear the word with an honest, good heart, hold it firmly, and bear fruit through perseverance."OYBCדאס אבער אויף דער גוטער ערד, זיי זענען עס, וואס האבן געהערט דאס ווארט, האבן עס באהאלטן אין א לויטער און גוט הארץ און ברענגען פרוכט מיט סבלנות.
16"No one lights a lamp, covers it with a jar, or puts it under a bed; instead, he sets it on a stand, so those entering can see the light.OYBCאון קיינער, וואס האט אנגעצונדן א ליכט, פארדעקט עס נישט מיט קיין כלי, אדער שטעלט עס אונטער א בעט; נאר שטעלט עס אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דאס ליכט.
17For nothing is hidden that won't be revealed, nothing secret that won't be known and brought to light.OYBCווארום עס איז נישט פאראן קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; עס געפינט זיך אויך נישט קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן און קומען צו התגלות.
18So watch how you listen, for whoever has, more will be given to him; whoever has not, even what he thinks he has will be taken away."OYBCדעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.
19His mother and brothers came to him but couldn't reach him because of the crowd.OYBCאון זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געקומען צו אים, און האבן נישט געקענט אים דערגרייכן מחמת דעם המון מענטשן.
20And he was told, "Your mother and your brothers are standing outside, wanting to see you."OYBCאון מען האט אים געזאגט: דיין מוטער און די ברידער דיינע שטייען אינדרויסן און ווילן דיך זען.
21But he answered them, "My mother and my brothers are those who hear the word of our Father and do it."OYBCער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס!
22One day he and his disciples got into a boat. He said to them, "Let us cross over to the other side of the lake." So they set out.OYBCאון עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט.
23As they sailed, he fell asleep. A windstorm swept down on the lake; the boat filled with water, and they were endangered.OYBCבעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה.
24They woke him, saying, "Master, Master, we're dying!" He got up, rebuked the wind and the raging water; they stopped, and it grew calm.OYBCאון זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל.
25He asked them, "Where is your faith?" Afraid and amazed, they said to each other, "Who then is this? He commands even the winds and water, and they obey him."OYBCאון ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?
26Then they sailed to the region of the Gerasenes, which is opposite Galilee.OYBCאון זיי האבן זיך אהינגעשיפט צום לאנד פון די גרגשים, וואס איז אנטקעגנאיבער גליל.
27As Jesus stepped onto land, a demon-possessed man from the city met him. For a long time he'd worn no clothes and stayed not in a house but among the tombs.OYBCאון ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים.
28Seeing Jesus, he cried out, fell before him, and said loudly, "What do you want with me, Jesus, Son of the Most High God? I beg you, don't torment me!"OYBCאון דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
29Jesus had ordered the unclean spirit out of the man, for it had often seized him; though guarded and bound with chains and shackles, he would break them and be driven by the demon into the wilderness.OYBCווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין.
30Jesus asked him, "What is your name?" He said, "Legion," for many demons had entered him.OYBCאון יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים.
31And they begged him not to command them to depart into the abyss.OYBCאון זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין.
32A large herd of pigs was feeding on the hillside there. The demons begged him to let them enter the pigs, and he allowed it.OYBCאון דארטן איז געווען א גרויסע סטאדע חזירים פאשענדיק זיך אויפן בארג, און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי דערלויבן אריינצוגיין אין זיי. און ער האט עס זיי דערלויבט.
33So the demons left the man and entered the pigs; the herd rushed down the cliff into the lake and drowned.OYBCאון די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן.
34Herdsmen saw it, fled, and reported it in the city and in the countryside.OYBCווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער.
35The crowd came out to see what had happened. Reaching Jesus, they found the man freed of demons sitting at Jesus' feet, dressed and clear-minded—and fear seized them.OYBCאון זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן.
36And those who had seen it told them how the demon-possessed man had been healed.OYBCדי אבער, וואס האבן עס געזען, האבן צו זיי דערציילט, וויאזוי דער באזעסענער איז געהאלפן געווארן.
37All the people of the Gerasene region asked him to leave them, because great fear gripped them. So he boarded the boat and went back.OYBCאון די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק.
38The man the demons had left begged to go with him, but Jesus sent him away, saying,OYBCדער מאן אבער, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, האט אים געבעטן, אז ער זאל בלייבן מיט אים; ער אבער האט אים אוועקגעשיקט, אזוי צו זאגן:
39"Return home; tell how much our Father has done for you." He went, proclaiming throughout the whole city how much Jesus had done for him.OYBCקער דיך אום אהיים און דערצייל, וואס ה׳ האט דיר געטאן, און ער איז אוועקגעגאנגען און האט באקאנט געמאכט איבער דער גאנצער שטאט אלץ, וואס יהושע/ישוע האט פאר אים געטאן.
40Now when Jesus returned, the crowd welcomed him, for they were all waiting for him.OYBCאון ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים.
41A man named Jairus, a synagogue leader, came and fell at Jesus' feet, begging him to come to his house,OYBCאון זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז.
42for he had an only daughter, about twelve years old, dying. As Jesus went, crowds pressed around him.OYBCווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.
43A woman had bled for twelve years; she had spent her whole livelihood on doctors, but none could heal her.OYBCאון א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט פלוס שוין צוועלף יאר לאנג, וועלכע האט אויסגעגעבן איר גאנץ פארמעגן אויף רופאים, און האט פון קיינעם נישט געקענט געהיילט ווערן,
44Coming up behind him, she touched the tassel of his cloak, and her bleeding stopped instantly.OYBCאיז געקומען פון הינטן, האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש, און פלוצלונג האט דער פלוס פון איר בלוט זיך אפגעשטעלט.
45Jesus said, "Who touched me?" When all denied it, Peter said, "Master, the crowds crowd and press against you."OYBCאון יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך.
46But Jesus said, "Someone touched me, for I felt that power had gone out from me."OYBCיהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען!
47Seeing she couldn't stay hidden, the woman came trembling, fell before him, and declared in front of everyone why she'd touched him and how she was instantly healed.OYBCאון ווי די פרוי האט געזען, אז עס איז נישט געבליבן פארהוילן, איז זי ציטערנדיק געקומען און אנידערגעפאלן פאר אים און האט דערציילט פארן גאנצן פאלק, צוליב וועלכער סיבה זי האט אים אנגערירט, און וויאזוי זי איז פלוצלונג געהיילט געווארן.
48And he said to her, "Daughter, your faith has healed you; go in peace."OYBCאון ער האט צו איר געזאגט: טאכטער, דער גלויבן דיינער האט דיר געהאלפן; גיי לשלום!
49While he was still speaking, someone from the synagogue leader's house said, "Your daughter has died; don't bother the Teacher anymore."OYBCבשעת ער האט נאך גערעדט, איז עמיצער געקומען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז שוין געשטארבן; באמי מער נישט דעם רבין.
50But Jesus heard and answered him, "Don't be afraid; just believe, and she'll be saved."OYBCאון אז יהושע/ישוע האט עס געהערט, האט ער געענטפערט צו אים: האב נישט קיין מורא; גלויב נאר און זי וועט געראטעוועט ווערן!
51Arriving at the house, he let no one enter with him except Peter, John, James, and the child's father and mother.OYBCאון ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער.
52All were weeping and mourning her, but he said, "Don't weep, for she's not dead, only asleep."OYBCאון אלע האבן געוויינט און געקלאגט איבער איר; ער אבער האט געזאגט: וויינט נישט, זי איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר.
53And they laughed at him, knowing that she was dead.OYBCאון זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז זי איז יא געשטארבן.
54But he took her by the hand and called out, "Child, get up."OYBCער אבער האט זי אנגענומען ביי דער האנט און האט גערופן, אזוי צו זאגן: קינד, שטיי אויף!
55Her spirit returned, and she got up instantly. He told them to give her something to eat.OYBCאון איר גייסט האט זיך אומגעקערט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען; און ער האט באפוילן, מען זאל איר געבן צו עסן.
56Her parents were amazed, but he ordered them to tell no one what had happened.OYBCאון אירע עלטערן זענען דערשטוינט געווארן; ער אבער האט זיי אנגעזאגט, קיינעם נישט צו זאגן, וואס עס איז געשען.