1Jesus called the twelve together, gave them power and authority over all the demons and to heal diseases.OYBCאון ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן.
2And he sent them out to proclaim the kingdom of our Father and to heal the sick.OYBCאון האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.
3He said to them, "Take nothing for the road: no staff, bag, bread, or money, and don't take two tunics each.OYBCאון האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער.
4Whatever house you enter, stay there, and leave from there.OYBCאון אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער.
5Wherever they won't welcome you, shake the dust off your feet as you leave that town, as a testimony against them."OYBCאון וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי.
6So they set out and went from village to village, proclaiming the good news and healing everywhere.OYBCאון זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום.
7Herod the tetrarch heard all that was happening, and was puzzled, because some said John had been raised from the dead,OYBCאון הורדוס דער טעטרארך האט געהערט אלץ, וואס עס איז געשען; און האט זיך באאומרואיקט, צוליב דעם וואס אייניקע האבן געזאגט, אז יוחנן איז אויפגעשטאנען פון די טויטע;
8others that Elijah had appeared, and still others that one of the prophets of old had risen.OYBCאייניקע אבער (האבן געזאגט), אז אליהו האט זיך באוויזן; און אנדערע—אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.
9Herod said, "I beheaded John—so who is this I hear such things about?" He kept seeking to see him.OYBCהורדוס אבער האט געזאגט: דעם יוחנן האב איך אפגעהאקט דעם קאפ; ווער אבער איז דער דאזיקער, וועגן וועלכן איך הער אזעלכע זאכן? און ער האט פארלאנגט אים צו זען.
10When the apostles returned, they told Jesus all they had done. He took them and withdrew privately to a town called Bethsaida.OYBCאון ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט, האבן זיי אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן. און ער האט זיי גענומען צו זיך און איז אוועק אין א שטאט אריין, וואס האט געהייסן בית‑צידה.
11But the crowds found out and followed him. He welcomed them, spoke to them of our Father's kingdom, and healed those who needed it.OYBCדי המונים אבער האבן זיך דערוואוסט, און האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי אויפגענומען, און גערעדט צו זיי וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳, און די, וואס האבן זיך גענויטיקט אין א רפואה, האט ער געהיילט.
12As the day was ending, the Twelve came and said to him, "Send the crowd away to find lodging and food in the villages and countryside around us—we're in a remote place here."OYBCדער טאג אבער האט זיך שוין אנגעהויבן צו נייגן; און די צוועלף זענען צוגעקומען, און האבן געזאגט צו אים: לאז אפ דעם עולם מענטשן, כדי זיי זאלן אוועקגיין אין די ארומיקע דערפער און פעלדער איבערצונעכטיקן און צו געפינען שפייז; ווייל מיר זענען דא אויף אן איינזאם ארט.
13He said, "You give them something to eat." They said, "We have only five loaves and two fish—unless we go and buy food for this whole crowd."OYBCער אבער האט צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! האבן זיי געזאגט: מיר האבן נישט מער ווי פינף ברויטן און צוויי פיש; סיידן מיר זאלן גיין איינקויפן שפייז פאר דעם דאזיקן גאנצן פאלק.
14For there were about 5,000 men. He told his disciples, "Seat them in groups of about fifty each."OYBCווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק.
15They did so, and had everyone sit down.OYBCאון זיי האבן אזוי געטאן און האבן אלעמען אויסגעזעצט.
16He took the five loaves and two fish, looked up to heaven, blessed and broke them, then kept giving them to the disciples to serve the crowd.OYBCאון ער האט גענומען די פינף ברויטן און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, געמאכט א ברכה און האט זיי צעבראכן און געגעבן צו די תלמידים צו לייגן פאר דעם המון מענטשן.
17All ate and were satisfied; the leftover pieces filled twelve baskets.OYBCאון זיי האבן געגעסן און זענען אלע זאט געווארן; און מען האט אויפגעהויבן, פון די ברעקלעך (שיריים), וואס זענען איבערגעבליבן, צוועלף קערב (פול).
18Once, while praying alone with his disciples nearby, Jesus asked them, "Who do the crowds say I am?"OYBCאון עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין?
19They answered, "John the Baptist. Others say Elijah. Still others, that an ancient prophet has risen."OYBCאון זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.
20"But who do you say that I am?" he asked. Peter answered, "The Christ of our Father."OYBCהאט ער צו זיי געזאגט: און ווער, זאגט איר, אז איך בין? פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט: דער משיח פון ה׳!
21Jesus strictly warned them, ordering them to tell no one this,OYBCאון ער האט זיי שטרענג פארבאטן, דאס דאזיקע עמיצן אויסצוזאגן,
22saying, "The Son of Man must suffer many things and be rejected by the elders, chief priests, and scribes, and be killed, and on the third day be raised."OYBCאון האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין.
23Then he told them all, "Whoever wants to come after me must deny himself and take up his cross daily and follow me.OYBCאון ער האט צו אלעמען געזאגט: ווער עס וויל מיר נאכגיין, דער זאל זיך אליין פארלייקענען און נעמען זיין בוים אויף זיך טאג אויס טאג איין און מיר נאכפאלגן.
24For whoever intends to save his life will lose it, but whoever loses his life because of me will save it.OYBCווארום ווער עס וויל ראטעווען זיין נפש, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס וועט פארלירן זיין נפש פאר מיינעטוועגן, דער וועט עס ראטעווען.
25For what use is it if someone gains the whole world, yet loses or forfeits himself?OYBCווארום וואס לוינט עס א מענטשן, אז ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן אדער שעדיקן זיך אליין?
26Whoever is ashamed of me and my words, the Son of Man will be ashamed of him when he comes in his own glory and the glory of the Father and the holy angels.OYBCווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים.
27But I tell you truly, some standing here will not taste death before they see the kingdom of our Father."OYBCאון באמת זאג איך אייך; אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
28About eight days after these words, Jesus took Peter, John, and James up a mountain to pray.OYBCאון עס איז געשען אן ערך אכט טאג נאך די דאזיקע רייד, אז ער האט גענומען פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און איז ארויפגעשטיגן אויפן בארג תפילה צו טאן.
29As he was praying, the appearance of his face changed, and his clothing became dazzling white.OYBCאון בעת ער האט מתפלל געווען, האט דאס אויסזען פון זיין פנים זיך פארענדערט און זיינע קליידער זענען געווארן שטראלנדיק ווייס.
30And there were two men talking with him—Moses and Elijah,OYBCאון זע, צוויי מענער האבן גערעדט מיט אים, וועלכע זענען געווען משה און אליהו;
31who appeared in glory, speaking of his departure, which he was about to fulfill in Jerusalem.OYBCזיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים.
32Peter and his companions were weighed down with sleep; fully awake, they saw his glory and the two men standing with him.OYBCפעטרוס אבער און די, וואס זענען געווען מיט אים, זענען פארזונקען אין א שווערן שלאף; און אויפכאפנדיק זיך, האבן זיי געזען זיין הערלעכקייט און די צוויי מענער, וואס זענען געשטאנען מיט אים.
33As they were leaving him, Peter said to Jesus, "Master, it's good we're here. Let's make three shelters—one for you, one for Moses, one for Elijah." He didn't know what he was saying.OYBCאון עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.
34As he spoke, a cloud came and covered them in shadow; entering it, they were afraid.OYBCאון בשעת ער האט גערעדט, איז געקומען א וואלקן און האט זיי באשאטנט; און זיי האבן מורא געקריגן ווי זיי זענען אריינגעקומען אין דעם וואלקן אריין.
35A voice from the cloud said, "This is my Son, my Chosen One—listen to him!"OYBCאון עס איז ארויסגעקומען א קול פון דעם וואלקן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער איז מיין זון, דער אויסדערוויילטער, אים זאלט איר הערן!
36When the voice ended, Jesus was found alone. They stayed silent, telling no one in those days what they had seen.OYBCאון בשעת דאס קול איז געהערט געווארן, האט יהושע/ישוע זיך געפונען איינער אליין. און זיי האבן געשוויגן און אין יענע טעג האבן זיי קיינעם גארנישט דערציילט פון דעם, וואס זיי האבן געזען.
37The next day, when they came down from the mountain, a large crowd met him.OYBCאון עס איז געשען צומארגנס, ווען זיי זענען אראפגעשטיגן פונם בארג, איז אים אנטקעגנגעקומען א גרויסער המון מענטשן.
38A man from the crowd shouted, "Teacher, please look at my son, because he's my only child.OYBCאון זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד;
39A spirit seizes him, and suddenly he cries out; it convulses him until he foams, scarcely leaving him, battering him.OYBCאון זע, א גייסט כאפט אים אָן, און פלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, אז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פון אים און צעשלאגט אים,
40I begged your disciples to drive it out, but they could not."OYBCאון איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת.
41Jesus answered, "Distrustful, twisted generation, how long must I stay with you and endure you? Bring your son here."OYBCאון יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ביז ווען וועל איך זיין ביי אייך און אייך סובל זיין! ברענג אהער דעם זון דיינעם!
42As the boy was coming, the demon threw him down and convulsed him. But Jesus rebuked the unclean spirit, healed the boy, and returned him to his father.OYBCאון בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער.
43All were astonished at our Father's majesty. While everyone was amazed at everything Jesus did, he said to his disciples,OYBCאון אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט. און בשעת אלע האבן זיך געוואונדערט איבער אלעם, וואס ער האט געטאן, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים:
44"Store these words in your ears: the Son of Man will soon be delivered into human hands."OYBCלאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן.
45But they didn't understand this word—hidden from them so they couldn't grasp it—and they were afraid to ask him about it.OYBCזיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.
46Now an argument arose among them as to which of them was the greatest.OYBCאון עס איז זיי אויפגעגאנגען א ארגומענט: ווער פון זיי עס זאל זיין דער גרעסטער.
47But Jesus, knowing their hearts' thoughts, took a child and stood him beside himself,OYBCאון ווען יהושע/ישוע האט געזען די מחשבה פון זייער הארץ, האט ער גענומען א קינד און עס געשטעלט לעבן זיך,
48and told them, "Whoever receives this child in my name receives me, and whoever receives me receives the one who sent me. For the least among you all—that one is great."OYBCאון האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
49John said, "Master, we saw someone driving out demons in your name and tried to stop him, because he doesn't follow with us."OYBCאון יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז.
50"Do not stop him," Jesus said to him, "for whoever is not against you is for you."OYBCיהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: איר זאלט נישט פארווערן! ווארום ווער עס איז נישט קעגן אייך, דער איז פאר אייך.
51When the days neared for him to be taken up to heaven, Jesus resolutely set his face to go to Jerusalem.OYBCאון עס איז געשען, ווען די טעג זענען דערפילט געווארן, אז ער זאל ארויפגענומען ווערן (זיין העלייה השמימה), האט ער פעסט אנטשלאסן געווענדט זיין פנים צו גיין קיין ירושלים,
52He sent messengers ahead of him. They went and entered a Samaritan village to prepare for him,OYBCאון געשיקט שליחים פארויס פאר זיך; און זיי זענען אוועק און זענען אריינגעגאנגען אין א דארף פון די שומרונים, כדי צוצוגרייטן פאר אים.
53but the people there did not welcome him, because he was heading for Jerusalem.OYBCאון מען האט אים נישט אויפגענומען, ווייל זיין פנים איז געווען געווענדט צו גיין קיין ירושלים.
54Seeing this, the disciples James and John said, "Lord, do you want us to call down fire from heaven to consume them?"OYBCאון זעענדיק דאס, האבן די תלמידים, יעקב און יוחנן, געזאגט: האר, צי ווילסטו, אז מיר זאלן זאגן, עס זאל אראפקומען פייער פון הימל און זיי פארברענען? (מלכים ב א.)
55But he turned and rebuked them.OYBCער אבער האט זיך אויסגעדרייט און אנגעשריגן אויף זיי;
56And they went on to another village.OYBCאון זיי זענען געגאנגען אין אן אנדער דארף אריין.
57As they walked the road, someone said to him, "I'll follow you wherever you go."OYBCאון בשעת זיי זענען געגאנגען אויפן וועג, האט עמיצער געזאגט צו אים: איך וועל דיר נאכפאלגן וואואהין דו וועסט נאר גיין.
58Jesus said, "Foxes have dens, birds of the sky have nests, but the Son of Man has nowhere to lay his head."OYBCאון יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן.
59To another he said, "Follow me." He replied, "Lord, first let me go bury my father."OYBCאון צו אן אנדערן האט ער געזאגט: פאלג מיר נאך! דער אבער האט געזאגט: דערלויב מיר צום ערשט אוועקצוגיין און קובר צו זיין דעם פאטער מיינעם.
60But Jesus told him, "Let the dead bury their own dead, but you go proclaim the kingdom of our Father."OYBCהאט ער צו אים געזאגט: לאז די טויטע באגראבן זייערע טויטע; דו אבער גיי, און זאג אָן דאס קעניגרייך פון ה׳!
61Another also said, "I'll follow you, Lord, but first let me say goodbye to those at my house."OYBCאון נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך וועל דיר נאכפאלגן, האר, נאר דערלויב מיר קודם כל זיך צו געזעגענען מיט די, וואס זענען אין מיין הויז.
62Jesus replied, "No one who puts a hand to the plow and looks back is fit for our Father's kingdom."OYBCיהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!