Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 10 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 After this, the Lord appointed seventy-two more, sending them ahead of him two by two, into every town and place he himself intended to go. און נאך דעם האט דער האר באצייכנט נאך זיבעציק אנדערע און זיי געשיקט זאלבעצוויי פארויס פאר זיך אין יעדער שטאט און ארט, וואואהין ער אליין האט געזאלט קומען.
2 He told them, "The harvest is plentiful, but workers are few. So ask the Father of the harvest to send out workers into his harvest. און האט צו זיי געזאגט: דער שניט איז גרויס, די ארבעטער אבער זענען ווייניק; בעט זשע דעם האר פונם שניט, אז ער זאל שיקן ארבעטער צו זיין שניט!
3 Go! Look, I am sending you out like lambs among wolves. גייט! זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף.
4 Carry no purse, no bag, no sandals, and greet no one on the road. טראגט נישט קיין בייטל, נישט קיין טאש, נישט קיין שיך; און גיט קיינעם נישט אפ שלום אויפן וועג.
5 Whatever house you enter, first say, 'Peace to this house.' וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א הויז, זאלט איר צום ערשט זאגן: שלום צו דעם דאזיקן הויז!
6 If a person of peace is there, your peace will rest on them; if not, it will return to you. און אויב דארטן איז דא א בן שלום, וועט אייער פרידן רוען אויף אים; אויב אבער נישט, וועט ער זיך אומקערן צו אייך.
7 Stay in that house, eating and drinking what's offered, for the worker deserves his wage. Don't move from house to house. און אין דעם זעלביקן הויז זאלט איר בלייבן, עסט און טרינקט וואס זיי האבן; ווארום דער ארבעטער איז ווערט זיין לוין. גייט נישט פון הויז צו הויז.
8 Whenever you enter a town and they welcome you, eat what is set before you. און אין וועלכער עס איז שטאט איר קומט אריין, און זיי נעמען אייך אויף, זאלט איר עסן וואס מען לייגט פאר אייך אנידער;
9 Heal the sick there and tell them, 'The kingdom of our Father has come near to you.' און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!
10 But when you enter a town that doesn't welcome you, go out into its streets and say, וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א שטאט, און זיי וועלן אייך נישט אויפנעמען, זאלט איר ארויסגיין אויף אירע גאסן און זאגן:
11 'Even your town's dust stuck to our feet, we wipe off against you. Yet know this: the kingdom of our Father has come near.' אפילו דעם שטויב, וואס האט זיך פון אייער שטאט באהעפט צו אונדזערע פיס, ווישן מיר אפ קעגן אייך; דאך זאלט איר וויסן זיין דאס דאזיקע, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט.
12 I tell you, it will be more bearable on that day for Sodom than for that town. איך זאג אייך, אז פאר סדום וועט עס זיין דערטרעגלעכער אין יענעם טאג ווי פאר יענער שטאט.
13 "Woe to you, Chorazin! Woe to you, Bethsaida! Had the miracles done among you happened in Tyre and Sidon, they would have repented long ago, sitting in sackcloth and ashes. וויי איז צו דיר, כורזין! וויי איז צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין אייך, וואלטן זיי שוין לאנג געזעסן אין זאק און אין אש און תשובה געטאן.
14 But it will be more bearable for Tyre and Sidon at the judgment than for you. דאך וועט פאר צור און צידון זיין דערטרעגלעכער אינם משפט, ווי פאר אייך.
15 And you, Capernaum, will you be lifted to heaven? You'll be brought down to the grave. און דו כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהויכט? ביז צום שאול תחתית וועסטו אראפנידערן!
16 Whoever listens to you listens to me; whoever rejects you rejects me; whoever rejects me rejects the one who sent me." ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט.
17 The seventy-two returned with joy and said, "Lord, even the demons submit to us in your name." און די זיבעציק האבן זיך אומגעקערט מיט פרייד, אזוי צו זאגן: האר, אפילו די בייזע גייסטער זענען אונטערטעניק צו אונדז אין דיין נאמען!
18 He said to them, "I saw Satan fall like lightning from heaven. ער אבער האט צו זיי געזאגט: איך האב געזען דעם שׂטן פאלן, ווי א בליץ פון הימל.
19 Look, I have given you authority to trample on snakes and scorpions, and over all the enemy's power—nothing will harm you. זע, איך האב אייך געגעבן די מאכט צו טרעטן אויף שלאנגען און עקדישן און איבער יעדער גבורה פון דעם שונא; און עס וועט אייך גארנישט שאטן.
20 But don't rejoice that the spirits submit to you—rejoice that your names are written in heaven." דאך זאלט איר זיך נישט פרייען מיט דעם דאזיקן, וואס די גייסטער זענען אייך אונטערטעניק; נאר פריידט זיך, ווייל אייערע נעמען זענען איינגעשריבן אין הימל!
21 At that moment Jesus rejoiced in the Holy Spirit and said, "Father, Sovereign of heaven and earth, I praise you—you hid these things from the wise and clever, and revealed them to little children. Yes, Father, for this pleased you." און אין דער זעלביקער שעה האט ער זיך געפריידט אינם רוח הקודש און געזאגט: איך לויב דיך, פאטער, האר פון הימל און ערד, ווייל דו האסט פארהוילן די דאזיקע זאכן פון די חכמים און נבונים, און האסט זיי אנטפלעקט צו קליינע קינדער; יא, פאטער, ווייל אזוי איז עס געווען וואוילגעפעליק פאר דיר.
22 "All has been given to me by my Father. No one knows who the Son is but the Father, or who the Father is but the Son—and whoever the Son chooses to reveal him to." אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן.
23 Then turning to the disciples, he said privately, "Blessed are the eyes that see what you see! און אויסדרייענדיק זיך צו די תלמידים האט ער געזאגט צו זיי אליין: געבענטשט זענען די אויגן, וועלכע זען, וואס איר זעט;
24 For I tell you, many prophets and kings wanted to see what you see and never saw it, to hear what you hear and never heard it." ווארום איך זאג אייך, אז א סך נביאים און מלכים האבן באגערט צו זען, וואס איר זעט, און האבן עס נישט געזען; און צו הערן, וואס איר הערט, און האבן עס נישט געהערט.
25 A lawyer stood and tested him: "Teacher, what must I do to inherit eternal life?" און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?
26 He said to him, "What is written in the Law? How do you read it?" און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו?
27 He answered, "Love your Father with all your heart, with all your soul, with all your strength, with all your mind, and your neighbor as yourself." האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג‑ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.)
28 He said to him, "You have answered correctly. Do this and you will live." האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן.
29 But wanting to justify himself, he asked Jesus, "And who is my neighbor?" ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר?
30 Jesus said, "A man went down from Jerusalem to Jericho and fell among robbers, who stripped and beat him, then left him half dead. האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: א געוויסער מענטש איז אראפגעגאנגען פון ירושלים קיין יריחו און איז אריינגעפאלן צווישן גזלנים; און זיי האבן אים אויסגעטאן און אים באלייגט מיט בלוטיקע שלעק און זענען אוועקגעגאנגען איבערלאזנדיק אים א האלב טויטן.
31 Now, by chance a priest was going down that road; seeing him, he passed by on the other side. און מעשה צופאל איז א כהן אראפגעגאנגען אויף יענעם וועג; און ווי ער האט אים דערזען, איז ער אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען.
32 So too a Levite came to the place, saw him, and passed by on the other side. און אויך אזוי א לוי, קומענדיק צו דעם ארט און זעענדיק אים, איז אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען.
33 But a Samaritan traveling that road found him, and seeing him, was moved with compassion. א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט
34 He went to him, bandaged his wounds, poured on oil and wine, put him on his own animal, took him to an inn, and cared for him. און איז צוגעגאנגען און האט אים פארבונדן די וואונדן זיינע און ארויפגעגאסן אייל און וויין; און אים ארויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בהמה און אוועקגעפירט אין אן אכסניה אריין און אים געזארגט.
35 The next day he took out two silver coins, gave them to the innkeeper, and said, 'Take care of him. Whatever more you spend, I will repay when I return.' און צומארגנס האט ער ארויסגענומען צוויי דינרים און זיי געגעבן דעם בעל אכסניה און געזאגט: קוק דיך אום אויף אים! און וואס דו וועסט אויסגעבן מער, וועל איך דיר באצאלן ווען איך וועל מיך אומקערן.
36 Which of these three do you think became a neighbor to the man who fell among the robbers?" ווער פון די דאזיקע דריי, מיינסטו, איז געווען א חבר צו אים, וואס איז אריינגעפאלן צווישן די גזלנים?
37 He said, "The one who showed him mercy." Jesus said to him, "Go and do likewise." און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי!
38 As they traveled, Jesus entered a village. A woman named Martha welcomed him into her home. און בשעת זיי זענען ווייטער געגאנגען, איז ער אריינגעקומען אין א געוויס דארף; און א פרוי מיט דעם נאמען מרתא האט אים אויפגענומען אין איר הויז אריין.
39 She had a sister called Mary, who sat at the Lord's feet and listened to his teaching. און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט.
40 But Martha was distracted by all the serving. She came to him and said, "Lord, don't you care that my sister left me to serve alone? Tell her to help me." מרתא אבער האט זיך זייער געפארעט איבער א סך באדינען; און זי איז צוגעקומען און געזאגט: האר, עס קימערט דיך נישט וואס מיין שוועסטער האט מיך איבערגעלאזט איינע אליין צו באדינען? זאג זשע איר, אז זי זאל מיר צוהעלפן.
41 But the Lord answered her, "Martha, Martha, you are anxious and troubled about many things, און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן;
42 but one thing is needed. Mary has chosen the good share; it won't be taken from her." אבער נאר עפעס, איין זאך איז נייטיק; און מרים האט אויסדערוויילט דעם גוטן חלק, וואס וועט פון איר נישט אוועקגענומען ווערן!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]