Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 11 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 He was praying in a place; when he finished, one of his disciples said, "Lord, teach us to pray, as John also taught his disciples." און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים!
2 He said to them, "When you pray, say: Father, may your name be honored as holy. Your kingdom come. און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איר טאט תפילה, זאלט איר זאגן: פאטער, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען. זאל דיין מלכות קומען.
3 Give us each day our daily bread. גיב אונדז יעדן טאג אונדזער טעגלעך ברויט!
4 And forgive us our sins, for we ourselves also forgive everyone who is indebted to us. And do not lead us into temptation." און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.
5 He said to them, "Which of you has a friend and will go to him at midnight and say to him, 'Friend, lend me three loaves,' און ער האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך וועט האבן א פריינד, און ער וועט גיין צו אים אין מיטן דער נאכט און זאגן צו אים: פריינד, ליי מיר דריי לעבלעך ברויט,
6 "because a friend of mine arrived from a journey, and I have nothing to serve him,' ווייל א פריינד מיינער איז געקומען פון אונטערוועגנס צו מיר, און איך האב נישט וואס אנידערצולייגן פאר אים;
7 "and he answers from inside, 'Don't trouble me; the door's already shut, and my children are in bed with me. I can't get up and give you anything'? און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן!
8 "I tell you: even though the sleeping friend won't get up and give him anything just because they are friends, the asking friend's shameless persistence will still get the sleeper up to give him whatever he needs." איך זאג אייך; אויב ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבן, מחמת ער איז זיין פריינד, דאך צוליב זיין עזות פנימדיקייט וועט ער אויפשטיין און אים געבן, אזויפיל וויפל ער באדארף.
9 "I tell you: ask and it'll be given to you; seek and you'll find; knock and it'll be opened to you. און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!
10 "Everyone who asks receives; the one who seeks finds; to the one who knocks it will be opened. ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
11 "What father among you, if his son asks for a fish, will give him a snake instead; און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש?
12 "or if he asks for an egg, will give him a scorpion? אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש?
13 "If you, though evil, know how to give your children good gifts, how much more will the Father from heaven give the Holy Spirit to those who ask him!" דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!
14 He was driving out a demon that was mute. When it left, the mute man spoke, and the crowds were amazed. און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט.
15 But some of them said, "By Beelzebul, the ruler of the demons, he casts out demons," אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.
16 while others, testing him, kept seeking from him a sign from heaven. און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל.
17 But knowing their thoughts, he said to them, "Every kingdom divided against itself is ruined, and a house divided against a house falls. ער אבער, ווייל ער האט געוואוסט פון זייערע געדאנקען, האט צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז צעטיילט קעגן זיך אליין, ווערט פארוויסט; און א הויז פאלט אויף א הויז.
18 "If Satan too is divided against himself, how will his kingdom stand? For you say I drive out demons by Beelzebul. און אפילו דער שׂטן, אויב ער איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וויאזוי וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? ווייל איר זאגט, דורך דעם בעל‑זבול טרייב איך ארויס די בייזע גייסטער.
19 "If I drive out demons by Beelzebul, by whom do your sons drive them out? So they will judge you. און אויב איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.
20 "But if I expel demons by the finger of our Father, the kingdom of our Father has come upon you. אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך!
21 "When a strong man, fully armed, guards his own palace, his possessions are safe. ווען דער גיבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן;
22 "But when someone stronger attacks and overcomes him, the attacker takes away the armor the strong man trusted in and divides up his plunder. ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב.
23 "Whoever is not with me is against me, and whoever does not gather with me scatters. ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט.
24 "When an unclean spirit leaves a person, it goes through dry regions seeking rest. Finding none, it says, 'I'll return to the house I left. ווען דער אומריינער גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער אדורך איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה; און ווייל ער געפינט נישט, זאגט ער: איך וועל מיך אומקערן צו דעם הויז מיינעם, פון וואנען איך בין ארויס.
25 And when it comes, it finds the house swept and put in order. און ער קומט און געפינט עס אויסגעקערט און אויסגעצירט.
26 "Then it goes and brings seven other spirits more evil than itself; they enter and live there, and that person's final state is worse than the first." דעמאלט גייט ער און נעמט מיט זיבן אנדערע ערגערע גייסטער ווי ער איז אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארטן, און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב.
27 As he said this, a woman in the crowd called out, "Blessed is the womb that carried you, and the breasts that nursed you!" און עס איז געשען, בשעת ער האט דאס גערעדט, האט א געוויסע פרוי פון דעם המון מענטשן אויפגעהויבן איר קול און געזאגט צו אים: אז וואויל איז דעם מוטערלייב, וואס האט דיך געטראגן, און די בריסט, וועלכע דו האסט געזויגן!
28 But he said, "Blessed rather are those who hear the word of our Father and keep it!" ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!
29 As crowds gathered, he began to say, "This generation is an evil generation. It seeks a sign, but no sign will be given to it except the sign of Jonah. ווי אבער מאסן מענטשן האבן אהערגעשטראמט צו אים, האט ער אנגעהויבן צו זאגן: דאס דאזיקע דור איז א בייז דור! עס פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה.
30 For as Jonah became a sign to the people of Nineveh, so the Son of Man will be to this generation. ווארום אזוי ווי יונה איז געווארן א צייכן פאר די אנשי נינוה, אזוי וועט דער בר אנש זיין פאר דעם דאזיקן דור. (יונה א, יז.)
31 The queen of the South will rise at the judgment with this generation's people and condemn them—she came from earth's ends to hear Solomon's wisdom, and look, something greater than Solomon is here. די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אינם משפט מיט די לייט פון דעם דאזיקן דור און וועט זיי פארמשפטן; ווייל זי איז געקומען פון די עקן פון דער ערד, צו הערן שלמהס חכמה און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי שלמה! (מלכים א י, א-יג.)
32 "Ninevites will rise at the judgment with this generation and condemn it, for they repented when Jonah preached, and someone greater than Jonah is here. מענער פון נינוה וועלן אויפשטיין אינם משפט מיט דעם דאזיקן דור און וועלן עס פארמשפטן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי יונה. (יונה ג.)
33 "No one lights a lamp and puts it in a cellar or under a basket, but on a stand, so those entering see the light. קיינער צינדט נישט אָן קיין ליכט און שטעלט עס אויף א פארבארגן ארט, אויך נישט אונטער א מאסשעפל, נאר אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דעם העלן שיין.
34 Your eye is your body's lamp: when it's clear, your whole body is full of light; when bad, your body is full of darkness. דאס ליכט פון דעם קערפער איז דאס אויג דיינס. ווען דיין אויג איז געזונט, איז אויך דיין גאנצער קערפער ליכטיק; אויב אבער עס איז שלעכט, איז אויך דער גאנצער גוף דיינער חושך.
35 "Therefore be careful that the light in you is not darkness. גיב זשע אכטונג, אז דאס ליכט אין דיר זאל נישט זיין קיין פינצטערניש!
36 "So if your whole body is full of light, with no dark part, it will be completely bright—like a lamp shining its beam on you." אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין.
37 As he spoke, a Pharisee invited him to eat with him; he went in and reclined at the table. און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש.
38 The Pharisee was astonished to see that he did not first wash before the meal. און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן.
39 And the Lord said to him, "Now you Pharisees clean the cup and dish on the outside, but inside you're full of greed and evil. און דער האר האט געזאגט צו אים: איצט מאכט איר, פרושים, ריין דעם בעכער און די שיסל פון אויסנווייניק, דאס אינעווייניקסטע אבער אין אייך איז פול מיט גזלה און רשעות.
40 You fools! Did not the one who made the outside make the inside also? נאראנים וואס איר זענט! צי האט דען נישט דער, וואס האט געמאכט דאס אויסנווייניקסטע, אויך געמאכט דאס אינעווייניקסטע?
41 "But give to the poor the things that are within, and everything will be clean for you. גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך!
42 "But woe to you Pharisees! You bring the tenth of mint, rue, and every herb, yet neglect justice and love of our Father. These you should have done, without neglecting the others. נאר וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר גיט אפ מעשר פון מיענטע און רוטע און פון יעדן קרייטעכצער, און זענט עובר אויף דעם משפט און דער ליבע פון ה׳; די דאזיקע האט איר געדארפט טאן און יענע אויך נישט אויסלאזן.
43 "Woe to you Pharisees! For you love the front seat in synagogues and greetings in marketplaces. וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער.
44 "Woe to you! For you are like unmarked graves, and people walk over them without knowing it." וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!
45 One of the lawyers answered him, "Teacher, in saying these things you insult us also." און איינער פון די חכמים האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: רבי, ווען דו זאגסט די דאזיקע זאכן, באליידיקסטו אונדז אויך!
46 And he said, "How terrible for you experts in the law too! You load people with crushing burdens, yet won't touch those burdens with one finger. ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער.
47 "Woe to you! You build the prophets' tombs, but it was your fathers who killed them. וויי איז צו אייך, ווייל איר בויט די קברים פון די נביאים, וואס אייערע פאטערס האבן זיי געהרגעט.
48 "So you are witnesses and approve your fathers' deeds, for they killed them and you build their tombs.' אָט אזוי־אָ זענט איר עדות און איר האט א וואוילגעפעלן אין די מעשים פון די פאטערס אייערע; ווייל זיי האבן זיי געטייט, איר אבער בויט די קברים.
49 "So the wisdom of our Father also said, 'I will send them prophets and apostles; some of them they will kill and persecute.' צוליב דעם האט אויך די חכמה פון ה׳ געזאגט: איך וועל שיקן צו זיי נביאים און שליחים, און א טייל פון זיי וועלן זיי אומברענגען און רודפן;
50 "so the blood of all the prophets shed since the foundation of the world may be charged against this generation, כדי דאס בלוט פון אלע נביאים, וואס איז פארגאסן געווארן זינט דער וועלטבאשאפונג, זאל געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור,
51 "from Abel's blood to Zechariah's blood, who died between the altar and the sanctuary. Yes, I tell you, it will be charged to this generation. פון דעם בלוט פון הבל ביז צום בלוט פון זכריה, וואס איז אומגעקומען צווישן דעם מזבח און דעם בית (המקדש); יא, איך זאג אייך, עס וועט געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור,
52 "Woe to you lawyers! For you took away the key of knowledge—you didn't enter, and you blocked those entering." וויי צו אייך, חכמי התורה, ווייל איר האט אוועקגענומען דעם שליסל פון וויסן; אליין זענט איר נישט אריינגעגאנגען, און די, וואס האבן געוואלט אריינגיין, האט איר פארווערט!
53 When he left there, the scribes and Pharisees began hounding him fiercely, pressing him to speak on many things, און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון דארטן, האבן די סופרים און די פרושים אנגעהויבן צוצושטיין צו אים און אים צו שטעלן קשיות איבער מערערע זאכן מיט פארביטערונג;
54 lying in wait for him, to catch him in something he might say. לויערנדיק אויף אים, צו כאפן עפעס פון זיין מויל.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]