Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 12 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Meanwhile, as thousands crowded together, trampling each other, Jesus began speaking first to his disciples: "Guard yourselves against the yeast of the Pharisees—that is, hypocrisy. דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות.
2 Nothing is concealed that will not be revealed, and nothing hidden that will not be made known. און עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן, און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן.
3 So whatever you said in darkness will be heard in the light, and what you whispered in private rooms will be announced from the rooftops. דערפאר, אלץ וואס איר האט גערעדט אין דער פינצטערניש, וועט געהערט ווערן אין דער ליכטיקייט; און וואס איר האט געזאגט אויפן אויער בחדרי חדרים, דאס וועט אויסגערופן ווערן אויף די דעכער.
4 "I tell you, my friends: don't fear those who kill the body, then can do nothing more. איך זאג אייך אבער, מיינע פריינד: האט נישט קיין מורא פאר די, וואס טייטן דעם גוף און נאך דעם זענען נישט ביכולת עפעס מער צו טאן.
5 I'll show you whom to fear: fear the one who, after killing, has authority to throw you into hell. Yes, I tell you, fear him. איך וועל אייך אבער ווייזן פאר וועמען איר זאלט מורא האבן: האט מורא פאר אים, וואס נאכן טייטן, האט ער די מאכט אריינצואווארפן אין גיהנום אריין; יא, איך זאג אייך, פאר דעם דאזיקן זאלט איר מורא האבן!
6 Aren't five sparrows sold for two small coins? Yet not one is forgotten before our Father. צי פארקויפט מען דען נישט פינף פייגעלעך פאר צוויי איסרים? און קיין איינס פון זיי איז נישט פארגעסן פאר ה׳.
7 But even the hairs of your head are all counted. Don't be afraid—you're worth more than many sparrows. נאר אפילו די האר פון אייער קאפ זענען אלע געציילט. האט נישט קיין מורא! איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך.
8 "And I tell you, whoever acknowledges me before others, the Son of Man will also acknowledge before our Father's angels. איך זאג אייך אבער: יעדער איינער, וואס וועט זיך באקענען צו מיר פאר מענטשן, וועט אויך דער בר אנש זיך באקענען צו אים פאר די מלאכים פון ה׳;
9 But whoever denies me before others will be denied before our Father's angels. דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳.
10 Anyone who speaks a word against the Son of Man will be forgiven, but whoever blasphemes against the Holy Spirit will not be forgiven. און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן.
11 When they bring you before synagogues, rulers, and authorities, don't worry how to defend yourselves or what to say, און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן;
12 for the Holy Spirit will teach you in that very hour what you must say." ווארום דער רוח הקודש וועט אייך לערנען אין דער זעלביקער שעה, וואס איר דארפט זאגן.
13 Someone in the crowd said to him, "Teacher, tell my brother to divide the inheritance with me." און עמיצער אויס דעם המון מענטשן האט צו אים געזאגט: רבי, זאג דעם ברודער מיינעם, אז ער זאל זיך טיילן מיט מיר מיט דער ירושה!
14 But Jesus said to him, "Man, who appointed me a judge or arbitrator over you?" ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך?
15 He said to them, "Watch out! Guard against every kind of greed, because life isn't made up of possessions, however many." ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.
16 And he told them a parable: "The land of a certain rich man produced a good harvest. און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט;
17 He thought to himself, 'What should I do? I have no place to store my crops.' און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות?
18 So he said, 'Here's what I'll do: tear down my barns, build bigger ones, and store all my grain and my goods there.' און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע;
19 And I will say to my soul, "Soul, you have plenty stored up for many years—rest, eat, drink, enjoy life." און איך וועל זאגן צו מיין זעל: נשמה מיינע, האסט א סך גוטע זאכן ליגן אויף פיל יארן; האב מנוחה, עס, טרינק און לאז דיר וואוילגיין!
20 But our Father said to him, 'Fool! Tonight your soul is demanded back from you. Then what you've prepared, whose will it be?' ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?
21 That's what happens to anyone who piles up treasure for himself but isn't rich toward our Father." אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳.
22 Then Jesus told his disciples, "So I tell you: don't worry about your life—what you'll eat—or about your body—what you'll wear. און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.
23 For life is more than food, and the body more than clothing. ווארום דאס לעבן איז מער ווי די שפייז און דער קערפער—ווי דאס מלבוש.
24 Look at the ravens: they don't sow or reap, have no storeroom or barn, yet our Father feeds them. How much more valuable you are than birds! באטראכט די ראבן! אז נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האבן נישט קיין קאמער, נישט קיין שייער, און ה׳ דערנערט זיי דאך; וויפל מער זענט איר ווערט ווי די פייגל?
25 Which of you by worrying can add a single hour to his life? און ווער פון אייך מיט זיין זארגן קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
26 Since you cannot do such a small thing, why do you worry about the rest? דעריבער, אויב איר זענט נישט אפילו בכוח צו טאן דאס קלענסטע, וואס זארגט איר זיך פאר די איבריקע זאכן?
27 Notice how the lilies grow: no toil, no spinning. Yet I tell you, not even Solomon in all his splendor was dressed like one of these. באטראכט די ליליעס! ווי נישט זיי שפינען, נישט זיי וועבן; און איך זאג אייך, אפילו שלמה אין זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אנגעקליידט ווי איינע פון די דאזיקע.
28 If this is how our Father clothes the grass of the field—here today, thrown into the oven tomorrow—how much more will he clothe you, you of little faith? און אויב ה׳ קליידט אזוי דאס גראז אויפן פעלד, וואס היינט איז עס און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וויפל מער אייך, איר קליינגלויביקע!
29 Do not seek what you will eat or drink, and do not be anxious. און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף.
30 For all the nations of the world seek these things; your Father knows you need them. ווארום צו די אלע זאכן שטרעבן די אומות העולם; אייער פאטער אבער ווייסט, אז איר דארפט די דאזיקע זאכן.
31 Instead, seek our Father's kingdom, and these things will be given to you as well. נאר זוכט זיין קעניגרייך און דאס וועט אייך צוגעגעבן ווערן.
32 "Do not be afraid, little flock, for your Father has been pleased to give you the kingdom. האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!
33 Sell your possessions and give to the poor. Make yourselves purses that don't wear out—an unfailing treasure in the heavens, where no thief comes near and no moth destroys. פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט.
34 For where your treasure is, there your heart will be also. ווארום וואו אייער אוצר איז, דארט וועט אויך אייער הארץ זיין.
35 "Be dressed and ready for service, and keep your lamps burning, זאלן אייערע לענדן זיין אנגעגורט און אייערע ליכט ברענען;
36 like servants waiting for their master's return from the wedding feast, so when he comes and knocks, they open the door at once. און זייט גלייך צו מענטשן, וואס ווארטן אויף זייער האר, ווען ער וועט זיך אומקערן פון דער חתונה, כדי ווען ער קומט און קלאפט אָן, זאלן זיי אים גלייך אויפעפענען.
37 Blessed are the servants the master finds alert when he comes. Truly I tell you, he will dress himself for service, have them recline at the table, and come serve them. וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.
38 Whether he comes at midnight or just before dawn, blessed are those servants if he finds them ready. און אויב ער וועט קומען אינם צווייטן אדער דריטן משמר פון דער נאכט און וועט זיי אזוי געפינען, איז וואויל יענע קנעכט.
39 Know this: if the homeowner knew what hour the thief was coming, he would not have let his house be broken into. נאר דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכער שעה דער גנב קומט, וואלט ער נישט דערלאזט מען זאל איינברעכן אין זיין הויז.
40 You too must be ready—the Son of Man comes at an hour you don't expect." און איר זאלט זיין גרייט, ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, וואס איר שטעלט זיך נישט פאר.
41 Peter said, "Lord, are you telling this parable for us, or for everyone?" און פעטרוס האט געזאגט: האר, צי זאגסטו דאס דאזיקע משל צו אונדז אדער אויך צו אלעמען?
42 The Lord replied, "Who is the faithful, wise manager the master puts in charge of his household servants, to give them their ration at the right time? און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?
43 Blessed is that servant whom the master finds doing so when he returns. וואויל איז יענעם קנעכט, וואס ווען דער האר זיינער קומט, געפינט ער אים אזוי טאן.
44 Truly I tell you, he will put him in charge of all his possessions. באמת זאג איך אייך, אז ער וועט אים באשטימען איבער אלע זיינע גיטער.
45 But if that servant tells himself, 'My master delays his coming,' and starts beating the servants, men and women, and eats, drinks, and gets drunk. אויב אבער יענער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך צו קומען; און וועט אנהויבן צו שלאגן די קנעכט און די דינסטן, אויך צו עסן און טרינקען און זיך אנצושכורן,
46 That servant's master will come on a day he doesn't expect, at an hour he doesn't know, cut him in two, and give him a place among the unfaithful. וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער דערווארט עס נישט און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט; און וועט אים צעשניידן אין צווייען און וועט לייגן זיין חלק מיט די ווידערשפעניקע.
47 The servant who knew his master's will but didn't prepare or act on it will get many blows. יענער קנעכט אבער, וואס האט געוואוסט זיין הארס רצון און האט נישט צוגעגרייט, אדער געטאן לויט זיין ווילן, וועט ליידן א סך שלעק;
48 But the one who didn't know, yet did what deserved punishment, will get few blows. Everyone given much will be asked for much; the one entrusted with much will be asked for even more. אבער דער, וואס האט נישט געוואוסט, און האט געטאן דאס, פאר וועלכן ער איז חייב שלעק, וועט ווייניק געשלאגן ווערן. און יעדען איינעם, וועמען א סך איז געגעבן געווארן, וועט א סך געפאדערט ווערן פון אים; און וועמען מען האט א סך אנפארטרויט, וועט מען מער פארלאנגען פון אים.
49 "I came to throw fire on the earth—how I wish it were already lit! איך בין געקומען, צו ווארפן א פייער אויף דער ערד; און וואס וויל איך, אויב עס האט זיך שוין אנגעצונדן?
50 But I have a baptism to undergo, and how distressed I am until it is accomplished! איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן!
51 Do you think I came to bring peace on the earth? No, I tell you, but division. איר מיינט, אז איך בין געקומען געבן שלום אויף דער ערד? ניין! איך זאג אייך, נאר פיל מער א מחלוקה;
52 From now on there will be five in one household divided—three against two and two against three. ווארום פון איצט אָן וועלן זיין פינף אין איין הויז צעטיילט; דריי קעגן צוויי, און צוויי קעגן דריי.
53 They'll split—father against son and son against father, mother against daughter and daughter against mother, mother-in-law against her daughter-in-law and daughter-in-law against mother-in-law." עס וועלן זיין צעטיילט פאטער קעגן זון און זון קעגן פאטער; מוטער קעגן טאכטער און טאכטער קעגן דער מוטער; שוויגער קעגן איר שנור און שנור קעגן דער שוויגער.
54 He also told the crowds, "When you see a cloud rising in the west, you immediately say, 'Rain is coming,' and so it does. און ער האט אויך געזאגט צו די המונים מענטשן: ווען איר זעט א וואלקן אויפגיין אין מערב, זאגט איר גלייך: עס קומט א רעגן; און אזוי געשעט עס.
55 And when the south wind blows, you say, 'It will be hot,' and it is. און ווען עס בלאזט א דרום ווינט, זאגט איר; עס וועט זיין א היץ; און עס געשעט.
56 Hypocrites! You know how to read the face of earth and sky. Why don't you know how to read this present time? איר צבועקעס, דאס אויסזען פון דער ערד און פון דעם הימל ווייסט איר אויסצופארשן; און ווי איז עס וואס איר פארשט נישט די דאזיקע צייט?
57 "And why don't you judge for yourselves what is right? און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט?
58 While going with your accuser to the magistrate, work to settle with him on the way, or he may drag you to the judge, and the judge hand you to the officer, and the officer throw you in prison. ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין.
59 I tell you, you will not get out until you have paid the very last penny." איך זאג דיר, דו וועסט בשום אופן פון דארטן נישט ארויס, ביז דו וועסט נישט האבן באצאלט די לעצטע פרוטה!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]