Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 13 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Just then some people told him about Galileans whose blood Pilate mixed with their sacrifices. און אין דער דאזיקער צייט זענען אייניקע געקומען און האבן אים דערציילט וועגן די גלילים, וועמעס בלוט פילאטוס האט אויסגעמישט מיט זייערע קרבנות.
2 He replied, "Do you think these Galileans were worse sinners than all other Galileans because they suffered these things? און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר מיינט (אפשר), אז די דאזיקע גלילים זענען געווען גרעסערע חוטאים ווי אלע לייט פון גליל, ווייל זיי האבן אזעלכעס געליטן?
3 No, I tell you; but unless you repent, you will all perish as well. ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן.
4 Or those eighteen killed when the tower in Siloam fell on them—do you think they were more guilty than everyone else in Jerusalem? אדער יענע אכצן, אויף וועלכע דער טורם איז איינגעפאלן אין שילוח און האט זיי געטייט, מיינט איר (אפשר), אז זיי זענען געווען חייב מער ווי אלע מענטשן, וואס וואוינען אין ירושלים?
5 No, I tell you; but unless you repent, you will all perish in the same way." ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!
6 Then he told this parable: "A man had a fig tree planted in his vineyard. He came looking for fruit on it and found none. און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל: א געוויסער מאן האט געהאט א פייגנבוים, וואס איז געווען געפלאנצט אין זיין וויינגארטן; און ער איז געקומען און האט געזוכט פירות אויף אים, און האט נישט געפונען.
7 He told the gardener, 'Look, for three years I've come seeking fruit on this fig tree and found none. Cut it down—why let it drain the ground?' און ער האט געזאגט צום וויינגערטנער: זע, איך קום שוין דריי יאר און זוך פירות אויף דעם דאזיקן פייגנבוים און געפין נישט. האק אים אפ! פארוואס זאל ער נאך אומנוצלעך מאכן די ערד?
8 But he replied, 'Sir, leave it this year too, until I dig around it and add manure. ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: האר, לאז אים נאך דאס דאזיקע יאר, ביז איך וועל אים ארומגראבן און באמיסטיקן,
9 Then if it bears fruit next year, good; if not, you can cut it down.'" אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן!
10 Now he was teaching in one of the synagogues on the Sabbath. און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג.
11 Just then, a woman weakened by a spirit for eighteen years was bent over, unable to straighten up at all. און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך.
12 Seeing her, Jesus called her over and said, "Woman, you are freed from your disability." און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט!
13 He laid hands on her, and immediately she straightened up and glorified our Father. און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳.
14 But the synagogue leader, angry that Jesus had healed on the Sabbath, told the crowd, "There are six days for work. Come be healed on those days, not on the Sabbath." און דער גבאי פון דער שול, בייזערנדיק זיך צוליב דעם, וואס יהושע/ישוע האט געהיילט אום שבת, האט ענטפערנדיק געזאגט צום עולם מענטשן: עס זענען פאראן זעקס טעג, אין וועלכע מען זאל ארבעטן; קומט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן און נישט אין טאג פון שבת!
15 The Lord answered him, "Hypocrites! Doesn't each of you untie your ox or donkey from its stall on the Sabbath and lead it out to water it? אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען?
16 Shouldn't this daughter of Abraham, bound by Satan for eighteen years, be freed from that bond on the Sabbath?" און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת?
17 As he said these things, all his opponents were humiliated, and all the crowd celebrated all the glorious things he was doing. און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.
18 He said therefore, "What is the kingdom of our Father like? What should I compare it to? דעריבער האט ער געזאגט: צו וואס איז דאס קעניגרייך פון ה׳ גלייך? און צו וואס זאל איך עס פארגלייכן?
19 It's like a mustard seed a man took and planted in his garden, growing into a tree where the sky's birds nested in its branches." עס איז גלייך צו א זענעפט קערנדל, וואס א מענטש האט גענומען און אריינגעווארפן אין זיין גארטן אריין. און עס איז אויפגעוואקסן און איז געווארן א בוים, און די פייגל פון הימל האבן זיך גענעסט אין זיינע צווייגן.
20 And again he said, "What should I compare the kingdom of our Father to? און ווידער האט ער געזאגט: צו וואס זאל איך פארגלייכן דאס קעניגרייך פון ה׳?
21 It is like yeast a woman took and hid in three measures of flour until it all yeasted." עס איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט אריינגעטאן אין דריי מאס זעמלמעל, ביז דאס גאנצע וועט זויער ווערן.
22 He went on his way through towns and villages, teaching and journeying toward Jerusalem. און ער איז געגאנגען איבער שטעט און דערפער לערנענדיק און מאכנדיק די נסיעה קיין ירושלים.
23 Someone asked him, "Lord, are the saved few?" He said to them, און עמיצער האט צו אים געזאגט: האר, זענען עס ווייניקע, וואס ווערן דערלייזט? ער אבער האט צו זיי געזאגט:
24 "Struggle to enter through the narrow door—many, I tell you, will try to enter and fail. שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען.
25 Once the homeowner rises and shuts the door, you'll stand outside knocking, saying, 'Lord, open for us.' He'll answer, 'I don't know where you're from.' ווען איינמאל דער בעל הבית האט זיך אויפגעהויבן און פארשלאסן די טיר, און איר וועט אנהויבן צו שטיין אינדרויסן און קלאפן אין דער טיר און זאגן: האר, עפן אונדז אויף! און ער וועט ענטפערנדיק זאגן צו אייך: איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט!
26 Then you'll begin to say, 'We ate and drank before you; you taught in our streets.' דעמאלט וועט איר אנהויבן צו זאגן: מיר האבן געגעסן פאר דיר און געטרונקען, און אויף אונדזערע גאסן האסטו געלערנט!
27 But he'll say, 'I tell you, I don't know where you're from. Get away from me, all you who do evil!' און ער וועט ענטפערן: איך זאג אייך, איך קען אייך נישט, פונוואנען איר זענט; אוועק פון מיר איר אלע, וואס טוט אומגערעכטיקייט!
28 There will be weeping and teeth grinding, when you see Abraham and Isaac and Jacob and all the prophets in the kingdom of our Father, while you yourselves are thrown out. דארט וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין, ווען איר וועט זען אברהמן און יצחקן און יעקבן און אלע נביאים אין דעם קעניגרייך פון ה׳, אייך אליין אבער ארויסגעווארפן אינדרויסן!
29 People will come from east and west, from north and south, and sit down to eat in our Father's kingdom. און זיי וועלן קומען פון מזרח און מערב, פון צפון און דרום, און וועלן זיך אנידערזעצן אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
30 And indeed, some are last who will be first, and some are first who will be last." און זע, עס זענען דא לעצטע, וואס וועלן זיין די ערשטע; און עס געפינען זיך ערשטע, וואס וועלן זיין די לעצטע.
31 At that same hour some Pharisees came, telling him, "Get out, leave here—Herod wants to kill you." אין דער זעלביקער שעה זענען צוגעקומען אייניקע פרושים און האבן געזאגט צו אים: גיי ארויס און גיי אוועק פונדאנען, ווייל הורדוס וויל דיך טייטן!
32 And he said to them, "Go tell that fox: Look, I drive out demons and complete healings today and tomorrow, and on the third day I am finished. און ער האט געזאגט צו זיי: גייט און זאגט דעם דאזיקן פוקס: זע, איך טרייב ארויס בייזע גייסטער און איך טו רפואות היינט און מארגן, און דעם דריטן טאג קום איך צום סוף.
33 Still, I must travel today, tomorrow, and the next day, since no prophet can die outside Jerusalem. דאך מוז איך היינט און מארגן און איבערמארגן וואנדערן, ווייל עס געשיקט זיך נישט, אז א נביא זאל אומקומען מחוץ לירושלים.
34 Jerusalem, Jerusalem, killing the prophets, stoning those sent to her! How often I longed to gather your children as a hen gathers her brood under her wings—but you refused! אָ ירושלים, ירושלים, וואס טייט די נביאים און שטייניקט די, וואס זענען געשיקט צו איר! וויפל מאל האב איך שוין געוואלט איינזאמלען דיינע קינדער, ווי א הון אירע עופהלעך אונטער די פליגל, און איר האט נישט געוואלט!
35 Look, your house is left to you. I tell you: you won't see me until you say, 'Blessed is the one who comes in the name of our Father!'" אָט ווערט אייך איבערגעלאזט אייער הויז וויסט; איך זאג אייך אבער, איר וועט מיך מער נישט זען, ביז עס וועט קומען דער טאג, ווען איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳! (געבענטשט איז דער, וואס קומט אין נאמען פון האר ג‑ט). (תהלים קיח, כו.)
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]