Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 6 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 On a Sabbath, Jesus walked through grainfields; his disciples picked heads of grain, rubbed them in their hands, and ate. און עס איז געשען, א שבתדיקן טאג איז ער דורכגעגאנגען דורך די קארנפעלדער; און זיינע תלמידים האבן אפגעפליקט זאנגען, האבן זיי צעריבן מיט די הענט און געגעסן.
2 Some of the Pharisees said, "Why are you doing what is not lawful on the Sabbath?" אייניקע אבער פון די פרושים האבן געזאגט: פארוואס טוט איר דאס, וואס מען טאר שבת נישט טאן?
3 Jesus answered them, "Haven't you read what David did when he and those with him were hungry, און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: צי האט איר דען נישט געלייענט דאס דאזיקע, וואס דוד (המלך) האט געטאן, ווען ער איז הונגעריק געווארן און די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים?
4 how he entered our Father's house, took the bread of the Presence, ate it, gave some to his companions, though it's not lawful for any but the priests to eat it?" ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), און האט גענומען דאס לחם הפנים און עס געגעסן, און האט אויך געגעבן צו די (לייט), וואס זענען געווען מיט אים; וואס קיינער האט נישט געטארט עסן אחוץ די כהנים אליין? (שמואל א כא, ג-ד.)
5 Then he said to them, "The Son of Man is Lord of the Sabbath." און ער האט צו זיי געזאגט: דער בר אנש איז האר פונם שבת.
6 On another Sabbath he entered the synagogue and taught; a man was there with a withered right hand. און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט.
7 The scribes and Pharisees watched him closely to see if he would heal on the Sabbath, so they could find a charge against him. און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן.
8 But knowing their thoughts, he told the man with the withered hand, "Get up and stand here." So he got up and stood there. ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט.
9 Then Jesus said to them, "I ask you: is it lawful on the Sabbath to do good or do harm, to save a life or destroy it?" און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען?
10 Looking around at them all, he told the man, "Stretch out your hand." He did, and his hand was restored. און ארומקוקנדיק זיך אויף זיי אלע, האט ער געזאגט צו אים: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט עס געטאן, און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.
11 But filled with rage, they discussed with each other what to do to Jesus. זיי אבער זענען פול געווארן מיט גרימצארן; און האבן איבערגערעדט איינער מיטן אנדערן, וואס מען זאל טאן צו יהושען/ישוען.
12 In those days Jesus went out to the mountain to pray, spending the whole night in prayer to our Father. און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳.
13 At daybreak he called his disciples and chose twelve of them, naming them apostles: און ווען עס איז געווארן טאג, האט ער גערופן צו זיך זיינע תלמידים און אויסדערוויילט פון זיי צוועלף, וועלכע ער האט אויך א נאמען געגעבן שליחים:
14 Simon, whom he named Peter, and his brother Andrew; James and John; Philip and Bartholomew; שמעונען, וועמען ער האט אויך א נאמען געגעבן פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, און יעקבן און יוחנן, און פיליפוסן און בר‑תלמי,
15 Matthew and Thomas; James son of Alphaeus, and Simon who was called the Zealot; און מתתיהו און תומא, און יעקב בן חלפי און שמעונען, וואס מען האט אים גערופן קנאי,
16 Judas son of James, and Judas Iscariot, who became a traitor. און יהודה בן יעקב, און יהודה איש‑קריות, וואס איז געווארן דער פאררעטער.
17 He came down with them and stood on a level place, with a large crowd of his disciples and a large multitude of people from all Judea, Jerusalem, and the coast of Tyre and Sidon. און איז מיט זיי אראפגעשטיגן און האט זיך געשטעלט אויף א פלאך ארט, און א גרויסע מאסע פון זיינע תלמידים און א גרויסער המון עם פון גאנץ יהודה און ירושלים און פון דער געגנט ביים ים פון צור און צידון,
18 They came to hear him and be healed of their diseases; those troubled by unclean spirits were also cured. וועלכע זענען געקומען אים הערן און צו ווערן געהיילט פון זייערע שלאפקייטן; און די, וואס זענען געווען געפלאגט פון אומריינע גייסטער, זענען געהיילט געווארן.
19 The whole crowd tried to touch him, since power went out from him, healing everyone. און דער גאנצער המון מענטשן האט געזוכט אים אנצורירן, ווייל עס איז ארויסגעגאנגען פון אים א כוח און האט אלעמען געהיילט.
20 Looking up at his disciples, he said: "Blessed are you who are poor, for yours is the kingdom of our Father. און ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: וואויל איז אייך, ארעמעלייט, ווייל דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אייערס!
21 "Blessed are you who hunger now, for you will be satisfied. Blessed are you who weep now, for you will laugh. וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, ווייל איר וועט לאכן!
22 Blessed are you when people hate you, and when they exclude you and revile you and reject your name as evil, because of the Son of Man. וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.
23 Rejoice in that day and leap for joy, for your reward is great in heaven; for that is how the persecutors' ancestors treated the prophets. פריידט זיך אין יענעם טאג און טאנצט, ווארום זע, גרויס איז אייער שכר אין הימל; ווארום אזוי־אָ האבן זייערע עלטערן געטאן צו די נביאים.
24 But woe to you who are rich, for you have already received your comfort. אבער וויי צו אייך, די רייכע! ווייל איר האט שוין באקומען אייער נחמה.
25 Woe to you who are full now, for you will be hungry. Woe to you who laugh now, for you will mourn and weep. וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט, ווייל איר וועט הונגערן. וויי צו אייך, וואס לאכן איצט! ווייל איר וועט טרויערן און וויינען.
26 Woe to you when everyone speaks well of you, for that is how the flatterers' ancestors treated the false prophets. וויי צו אייך, ווען אלע מענטשן וועלן רעדן וואויל וועגן אייך, ווארום אָט אזוי האבן זייערע עלטערן געטאן צו די פאלשע נביאים.
27 But I tell you who listen: love your enemies, do good to those who hate you, צו אייך אבער, וואס הערן, זאג איך: האט ליב אייערע שונאים, טוט גוטס צו די, וואס האסן אייך;
28 bless those who curse you, pray for those who mistreat you. בענטשט די, וואס פלוכן אייך, טוט תפילה פאר די, וואס באליידיקן אייך.
29 Whoever strikes you on one cheek, offer the other too; whoever takes your coat, do not hold back your shirt. דעם, וואס שלאגט דיך אויף דער באק, גיב אויך די אנדערע; און פון דעם, וואס נעמט ביי דיר אוועק דעם מאנטל, האלט אויך דאס העמד נישט צוריק.
30 Give to everyone who asks you, and don't demand back what is taken from you. גיב יעדן, וואס בעט דיך; און פון דעם, וואס נעמט דאס דייניקע פון דיר אוועק, פאדער עס נישט צוריק.
31 Do to others as you would have them do to you. און אזוי ווי איר ווילט, אז די מענטשן זאלן טאן צו אייך, זאלט איר אויך אזוי טאן צו זיי.
32 Loving those who love you—what credit is that? Even sinners love those who love them. און אויב איר האט ליב די, וואס ליבן אייך, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? ווארום אפילו די חוטאים האבן ליב די, וואס האבן זיי ליב.
33 If you do good to those doing you good, what credit is that to you? Even sinners do the same. ווארום אויב איר טוט גוטס צו די, וואס טאן אייך גוטס, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? די חוטאים טאן דאך דאס זעלביקע.
34 And if you lend expecting repayment, what credit is that? Even sinners lend to sinners to get back the same amount. און אויב איר זאלט לייען צו די, פון וועמען איר האפט צוריק צו באקומען, וואס פאר א חסד איז דאס ביי אייך? אפילו חוטאים לייען צו חוטאים, כדי דאס גלייכע אפצונעמען.
35 But love your enemies, do good, and lend expecting nothing back; your reward will be great, and you will be children of the Most High, for he is kind to the ungrateful and evil. איר אבער זאלט ליב האבן אייערע שונאים, און טוט גוטס, און לייט, אָן צו האפן אויף עפעס צוריק; און גרויס וועט זיין אייער שכר, און איר וועט זיין דעם אויבערשטנס קינדער; ווייל ער איז גוט צו די אומדאנקבארע און שלעכטע.
36 Be merciful, just as your Father is merciful. זייט בארמהערציק, אזוי ווי אייער פאטער איז בארמהערציק.
37 Do not judge, and you will not be judged. Do not condemn, and you will not be condemned. Forgive, and you will be forgiven. און משפט נישט, כדי איר זאלט נישט געמשפט ווערן; און פאראורטיילט נישט און איר וועט נישט פאראורטיילט ווערן; זייט מוחל, און עס וועט אייך פארגעבן ווערן;
38 Give, and it will be given to you: a good measure—pressed down, shaken, overflowing—will be poured into your lap. For the measure you use will be measured back to you." גיט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; א מאס א גוטע, א געדריקטע, א צוגעשאקלטע, א שפעדיקע וועט מען אייך געבן אין אייער שויס אריין. ווארום מיט וואס פאר א מאס איר וועט מעסטן, וועט אייך אנטקייגן געמאסטן ווערן.
39 He also gave them a parable: "Can a blind person guide a blind person? Won't both fall into a pit? און ער האט אויך געזאגט א משל צו זיי: צי קען דען א בלינדער פירן א בלינדן? וועלן זיי דען נישט ביידע אריינפאלן אין א גרוב?
40 No student surpasses their teacher; whoever is fully trained becomes like their teacher. דער תלמיד איז נישט איבער דעם רבין; ווען אבער פארפאלקאמט, וועט יעדער זיין ווי דער רבי זיינער.
41 Why do you see the speck in your brother's eye, yet miss the beam in your own eye? און פארוואס זעסטו דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג, און באמערקסט נישט דעם קלאץ אין דיין אייגן אויג?
42 How can you tell your brother, 'Brother, let me remove the speck from your eye,' when you don't see the beam in your own eye? Hypocrite! First remove the beam from your own eye—then you'll see clearly to remove the speck from your brother's eye. וויאזוי קענסטו זאגן צום ברודער דיינעם: ברודער, לאז מיך ארויסנעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין אויג; בעת אליין זעסטו נישט דעם קלאץ אין דיין אויג? דו צבועק, נעם צום ערשט ארויס דעם קלאץ פון דיין אויג, און דעמאלט וועסטו זען קלאר ארויסצונעמען דאס שפענדל, וואס איז אין דיין ברודערס אויג.
43 For no good tree bears bad fruit, nor again does a bad tree bear good fruit. ווארום עס איז נישטא קיין גוטער בוים, וואס ברענגט שלעכטע פרוכט; און ווידער אויך נישט קיין שלעכטער בוים, וואס ברענגט גוטע פרוכט.
44 Each tree is known by its own fruit; figs aren't gathered from thornbushes, nor grapes picked from a bramble. ווארום יעדער בוים ווערט דערקענט פון זיינע אייגענע פירות; ווארום פון דערנער קלויבט מען נישט קיין פייגן, און פון א דארנבוש שניידט מען נישט קיין וויינטרויבן.
45 A good person produces good from the heart's good store; an evil person produces evil from the evil store; for the mouth speaks from the heart's overflow. דער גוטער מענטש ברענגט ארויס דאס גוטע פון דעם גוטן אוצר פון זיין הארץ, און דער שלעכטער ברענגט ארויס שלעכטס פון דעם שלעכטן (אוצר); ווארום פון דעם, מיט וועלכן דאס הארץ פליסט איבער, רעדט דאס מויל זיינס.
46 Why do you call me 'Lord, Lord,' and not do what I say? און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג?
47 Everyone coming to me, hearing my words, and doing them—I'll show you what he's like: יעדער איינער וואס קומט צו מיר און הערט מיינע רייד און טוט זיי, וועל איך אייך ווייזן צו וועמען ער איז גלייך;
48 He's like a man building a house, who dug deep and laid its foundation on rock. When the flood came, the river crashed into that house but couldn't shake it—it was built well. ער איז גלייך צו א מענטשן, וואס בויענדיק א הויז, האט געגראבן און איז אראפגעגאנגען טיף און געלייגט דעם פונדאמענט אויף דעם פעלדזן; און ווען עס איז געקומען א פארפלייצונג, האט דער שטראם זיך געווארפן אנטקעגן יענעם הויז און עס נישט געקענט דערשיטערן; צוליב דעם וואס עס איז געווען גוט געבויט.
49 But whoever hears my words and doesn't act on them is like a man who built a house on the ground, without a foundation. The flood crashed against it, and it collapsed at once—that house's ruin was great." דער אבער וואס הערט און טוט נישט, איז גלייך צו א מענטשן, וואס האט געבויט אויף דער ערד א הויז אָן א פונדאמענט; אנטקעגן וועלכן דער שטראם האט זיך געווארפן און עס איז באלד איינגעפאלן, און דער צוזאמענברוך פון יענעם הויז איז געווען גרויס.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]