Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 5 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Once, as the crowd pressed around him to hear our Father's word, Jesus stood by Lake Gennesaret. און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת;
2 He saw two boats standing by the lake; the fishermen had left them and were washing their nets. האט ער געזען צוויי שיפלעך ליגן ביים ים ברעג, און די פישער זענען אויסגעשטיגן פון זיי און האבן געוואשן די נעצן.
3 Getting into one of the boats, Simon's, he asked him to move out a little from shore, then sat down and taught the crowds from the boat. איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס.
4 When he stopped speaking, he told Simon, "Push out into deep water and lower your nets for a catch." און ווען ער האט אויפגעהערט צו רעדן, האט ער געזאגט צו שמעונען; פאָר אריבער צו דער טיפעניש און לאזט אראפ אייערע נעצן צום פאנג!
5 Simon answered, "Master, we worked all night and caught nothing. But at your word, I'll let down the nets." און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן.
6 Doing this, they caught so many fish their nets began tearing. און ווען זיי האבן דאס דאזיקע געטאן, האבן זיי געכאפט א גרויסע מענגע פיש; זייערע נעצן אבער האבן זיך צעריסן.
7 They signaled to partners in the other boat to come help; they came and filled both boats so that they began to sink. און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען.
8 Seeing this, Simon Peter fell at Jesus' knees and said, "Leave me, Lord, for I'm a sinful man!" און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש!
9 For amazement gripped him and all with him at the catch of fish they had caught, ווארום עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און אלע, וואס זענען געווען מיט אים איבער דעם פישפאנג, וואס זיי האבן געפאנגען,
10 and so were James and John, Zebedee's sons and Simon's partners. Jesus told Simon, "Don't be afraid; from now on you'll catch people." און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן.
11 So they pulled their boats up on shore, left everything, and followed him. און ברענגענדיק די שיפלעך צו דער יבשה, האבן זיי אלץ פארלאזט און אים נאכגעפאלגט.
12 While Jesus was in one of the towns, a man covered with a serious skin disease appeared. Seeing Jesus, he fell facedown and begged, "Lord, if you're willing, you can make me clean." און עס איז געשען, בעת ער איז געווען אין איינער פון די שטעט, זע, עס איז געווען א מאן פול צרעת; און ווי ער האט געזען יהושען/ישוען, איז ער אנידערגעפאלן אויפן פנים, האט אים געבעטן און געזאגט: האר, אויב דו זאלסט וועלן, קענסטו מיך מאכן ריין!
13 Jesus reached out his hand, touched him: "I am willing. Be clean." At once the skin disease left him. און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און געזאגט: איך וויל, זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק.
14 Jesus ordered him to tell no one, "but go, show yourself to the priest and offer what Moses commanded for your cleansing, as proof to the people." און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.)
15 But word about him spread even more; large crowds gathered to hear him and be healed of their sicknesses. אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן.
16 But Jesus often withdrew to deserted places and prayed. נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן.
17 One day as he taught, Pharisees and teachers of the law sat, having come from every village of Galilee, and from Judea and Jerusalem. And our Father's power was there for him to heal the sick. און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.
18 Just then, men came carrying a paralyzed man on a mat, trying to bring him in and lay him before Jesus. און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים.
19 Finding no way through the crowd to bring him in, they went up on the roof and lowered him on his mat through the tiles, into the middle, right before Jesus. און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען.
20 When Jesus saw their faith, he said, "Friend, your sins are forgiven you." און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!
21 The scribes and Pharisees began debating, "Who is this man insulting God? Who but God alone can forgive sins?" און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין?
22 Knowing what they were thinking, Jesus answered them, "Why are you reasoning in your hearts? יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער?
23 Which is easier: to say, 'Your sins are forgiven you,' or to say, 'Get up and walk'? וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי?
24 But so you'll know the Son of Man has authority on earth to forgive sins"—he told the paralyzed man—"I tell you, get up, pick up your mat, and go home." נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—האט ער געזאגט צום פאראליטיקער—דיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים!
25 At once he stood before them, picked up his mat, went home glorifying our Father. און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳.
26 Amazement seized them all; they glorified our Father, filled with awe, saying, "We saw remarkable things today." און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!
27 After this, Jesus went out and saw a tax collector named Levi sitting at the tax booth. "Follow me," he said. און נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען און האט געזען א שטייער אויפמאנער, מיט דעם נאמען לוי, זיצן ביים שטייער אמט, און האט צו אים געזאגט: פאלג מיר נאך!
28 So Levi got up, left everything behind, and followed him. און ער האט אלץ פארלאזט, איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט.
29 Then Levi hosted a great banquet for Jesus at his house, and a large crowd of tax collectors and others reclined with them. און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש).
30 But the Pharisees and their scribes grumbled to his disciples, "Why do you eat and drink with tax collectors and sinners?" און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער?
31 Jesus answered them, "It is not the healthy who need a doctor, but the sick. און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע;
32 I have not come to call the righteous, but sinners to repentance." איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה!
33 They said to him, "John's disciples fast often and pray, likewise the Pharisees' disciples, but yours eat and drink." זיי אבער האבן געזאגט צו אים: יוחננס תלמידים פאסטן אפט און טאן תפילה, אזוי טאן אויך די תלמידים פון די פרושים; דיינע אבער עסן און טרינקען.
34 Jesus said, "Can you make the bridegroom's friends fast while he is with them? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי?
35 But days will come when the bridegroom is taken from them, and then, in those days, they will fast." עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג.
36 He told them a parable too: "No one tears a patch from a new garment and sews it on an old one. Otherwise, he tears the new, and the new patch won't match the old. און האט אויך געזאגט א משל צו זיי: קיינער שניידט נישט אפ קיין לאטע פון א נייעם בגד און לייגט זי אויף אן אלטן בגד; ווייל אויב יא, איז סאי ער שניידט אפ דאס נייע, סאי די לאטע פונם נייעם פאסט נישט דעם אלטן.
37 No one puts new wine into old wineskins; otherwise the new wine will burst the skins, spill out, and the skins will be ruined. עס גיסט אויך קיינער נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; ווייל אויב יא, צערייסט דער נייער וויין די לאגלען, און ווערט אליין אויסגעגאסן און די לאגלען גייען פארלוירן;
38 No, new wine must be poured into new wineskins. נאר נייעם וויין מוז מען אריינגיסן אין נייע לאגלען.
39 And no one after drinking old wine wants the new, for he says, 'The old is good.'" און קיינער, וואס האט געטרונקען אלטן, וויל נייעם; ווארום ער זאגט: דער אלטער איז גוט!
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]