Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 4 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Jesus, full of the Holy Spirit, returned from the Jordan, led by the Spirit in the wilderness. און יהושע/ישוע, פול מיט דעם רוח הקודש, האט זיך אומגעקערט פונם ירדן, און איז געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר
2 Forty days, tempted by the devil, eating nothing in those days; when they ended, he was hungry. פערציק טעג לאנג און איז אויסגעפרואווט געווארן פון שׂטן. און ער האט גארנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האבן זיך געענדיקט איז ער הונגעריק געווארן.
3 The devil told him, "If you're the Son of God, tell this stone to become bread." און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג צו דעם דאזיקן שטיין, אז ער זאל ווערן ברויט!
4 And Jesus answered him, "It is written, 'Man shall not live by bread alone.'" און יהושע/ישוע האט אים געענטפערט: עס שטייט געשריבן: נישט מיט ברויט אליין וועט דער מענטש לעבן! (דברים ח, ג.)
5 Then the devil led him up and showed him all the kingdoms of the world in an instant. האט ער אים ארויפגעפירט אויף א הויכן בארג און אים געוויזן אלע קעניגרייכן פון דער וועלט אין אן אויגנבליק.
6 He said to him, "I will give you all this authority and their glory, for it has been entrusted to me, and I give it to whomever I want. און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: דיר וועל איך געבן די דאזיקע גאנצע מאכט און זייער הערלעכקייט; ווייל זי איז מיר איבערגעגעבן געווארן, און איך גיב זי, צו וועמען איך וויל.
7 If you, then, will worship me, it will all be yours." דעריבער אויב דו וועסט זיך בוקן פאר מיר, וועט אלץ זיין דיין.
8 And Jesus answered him, "It is written, 'You will worship your Father, and serve only him.'" און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן: צום האר דיין ג‑ט זאלסטו זיך בוקן, און נאר אים אליין זאלסטו דינען. (דברים י, כ.)
9 Then he led him to Jerusalem, stood him on the temple's highest point, and said, "If you're the Son of God, throw yourself down from here, ער אבער האט אים אוועקגעפירט קיין ירושלים און אים געשטעלט אויפן שפיץ טורם פון בית המקדש, און געזאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך פונדאנען אראפ;
10 for it is written, 'He will command his angels concerning you, to guard you,' ווארום עס שטייט געשריבן: זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, דיך אפצוהיטן;
11 and 'On their hands they will bear you up, so that you won't strike your foot against a stone.'" אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, אז דו זאלסט דיר נישט צעקלאפן דיין פוס אין א שטיין. (תהלים צא, יא-יב.)
12 And Jesus answered him, "It is said, 'You shall not put your Father to the test.'" און יהושע/ישוע האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ג‑ט. (דברים ו, טז.)
13 And when the devil had ended every temptation, he departed from him until an opportune time. און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט.
14 Jesus returned to Galilee in the Holy Spirit's power, and news of him spread through the whole region. און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט.
15 And he taught in their synagogues, and everyone glorified him. און ער האט געלערנט אין זייערע שולן, און אלע האבן אים אפגעגעבן כבוד.
16 He came to Nazareth, where he was raised, and as usual entered the synagogue on the Sabbath, then stood to read. און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען.
17 He was handed the scroll of the prophet Isaiah, unrolled it, and found where it was written: און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן:
18 "The Spirit of our Father is upon me, because he has anointed me to proclaim good news to the poor. He has sent me to proclaim freedom for the captives and recovery of sight to the blind, to set free those who are oppressed, דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,
19 to proclaim the year of our Father's favor." אויסצורופן א שנת רצון פון דעם האר (ה׳). (ישעיהו סא, א-ב.)
20 He rolled up the scroll, gave it back to the attendant, and sat down. Every eye in the synagogue was fixed on him. און ער האט צונויפגעוויקלט דאס ספר, האט עס אוועקגעגעבן דעם חזן און זיך אנידערגעזעצט; און אלעמענס אויגן אין שול זענען געווען גענייגט מיט שפאנונג אויף אים.
21 And he began to say to them, "Today this Scripture has been fulfilled in your hearing." און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צו זיי: היינט איז די דאזיקע שריפט מקוים געווארן אין אייערע אויערן.
22 All spoke well of him, amazed at the gracious words from his mouth, and said, "Isn't this Joseph's son?" און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון?
23 He said to them, "Surely you'll quote this proverb to me: 'Doctor, heal yourself.' Do here in your hometown, too, what we heard happened in Capernaum." און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט!
24 And he said, "Truly, I say to you, no prophet is acceptable in his hometown. ער אבער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: קיין נביא איז נישט אנגענומען אין זיין פאטערשטאט.
25 But truly I tell you, many widows lived in Israel in Elijah's days, when the sky was shut three years and six months and a great famine struck the whole land, אויף אן אמת זאג איך אייך: א סך אלמנות זענען געווען אין ישראל אין די טעג פון אליהו (הנביא), ווען דער הימל איז געווען פארשלאסן אויף דריי יאר און זעקס חדשים, און עס איז געווארן א גרויסער הונגער איבערן גאנצן לאנד;
26 and Elijah was sent to none of them but only to a widow in Zarephath of Sidon. און צו קיין איינער פון זיי איז אליהו נישט געשיקט געווארן, אחוץ קיין צרפת אין צידון צו א פרוי אן אלמנה. (מלכים א יז, א.)
27 Many had leprosy in Israel in the days of the prophet Elisha, yet none was made clean except Naaman the Syrian." און א סך מצורעים זענען געווען אין ישראל אין דער צייט פונם נביא אלישע; און קיין איינער פון זיי איז נישט גערייניקט געווארן, אחוץ נעמן דער סיריער. (מלכים ב ה, א-יד.)
28 When they heard these things, everyone in the synagogue was furious. און אלע אין שול זענען פול געווארן מיט צארן, הערנדיק די דאזיקע זאכן;
29 They got up, drove him out of town, and took him to the edge of the hill their town was built on, to throw him off the cliff. און האבן זיך אויפגעהויבן און אים ארויסגעווארפן אויסער דער שטאט, און אים אוועקגעפירט ביז צום שפיץ פון דעם בארג, אויף וועלכן זייער שטאט איז געווען געבויט, כדי אים אראפצושטירצן.
30 But he walked through the crowd and went away. ער אבער, דורכגייענדיק דורך זייער מיט, איז זיך אוועק אויף זיין וועג.
31 He went down to Capernaum, a town in Galilee, and taught them on the Sabbath, און ער איז אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, א שטאט אין גליל; און אין די שבתים פלעגט ער זיי לערנען;
32 and they were astonished at his teaching, for his word possessed authority. און מען פלעגט שטוינען איבער זיין תורה, ווייל זיין ווארט איז געווען מיט מאכט.
33 In the synagogue was a man with the spirit of an unclean demon; he cried out in a loud voice, און אין דער שול איז געווען א מענטש, וואס האט געהאט אן אומריינעם בייזן גייסט, און ער האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול:
34 Ha! What do you want with us, Jesus of Nazareth? Have you come to destroy us? I know who you are—God's Holy One. וויי, וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? ביסטו געקומען אונדז צו פארטיליקן? איך ווייס ווער דו ביסט—דער קדוש אלקים (הייליקער פון ה׳).
35 Jesus rebuked him: "Be silent and come out of him!" The demon threw him down before them all, came out, and did him no harm. און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג און גיי ארויס פון אים! און דער בייזער גייסט האט אים א ווארף געטאן ביז אין דער מיט, איז ארויס פון אים און האט אים גארנישט געשעדיקט.
36 All were amazed and asked each other, "What word is this? With authority and power he orders unclean spirits, and they leave!" און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס!
37 And reports about him went out into every place in the surrounding region. און דער קלאנג וועגן אים האט זיך פארשפרייט אויף יעדן ארט אין דער געגנט ארום.
38 And he arose and left the synagogue and entered Simon's house. Now Simon's mother-in-law was ill with a high fever, and they asked him to help her. און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן.
39 He stood over her and rebuked the fever; it left her, and she rose at once and began serving them. און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט.
40 As the sun set, all who had someone sick with various diseases brought them to him; laying his hands on each one, he healed them. און ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האבן אלע, וואס האבן געהאט קראנקע מיט פארשיידענע שלאפקייטן, זיי געברענגט צו אים; און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף יעדן איינעם פון זיי און זיי געהיילט.
41 Demons also came out of many, shouting, "You are the Son of God!" He silenced them, forbidding them to speak, since they knew he was the Christ. און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.
42 At daybreak he went out to a remote place. Crowds looked for him, came to him, and tried to keep him from leaving them. און ווען עס איז געווארן טאג איז ער ארויסגעגאנגען און איז געקומען צו אן איינזאם ארט; און די המונים מענטשן האבן אים אויפגעזוכט און זענען געקומען צו אים, און האבן אים צוריקגעהאלטן, אז ער זאל נישט אוועק פון זיי.
43 But he told them, "I must announce the good news of our Father's kingdom to the other towns too—this is why I was sent." ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויך אין די אנדערע שטעט מוז איך אנזאגן די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳; ווייל דערצו בין איך געשיקט געווארן.
44 And he was preaching in the synagogues of Judea. און ער פלעגט דרשענען אין די שולן פון יהודה.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]