Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 18 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then Jesus told them a parable about the need to always pray and never lose heart. און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
2 "In a certain town there was a judge who neither feared God nor respected people. אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן.
3 A widow in that town kept coming to him, saying, 'Grant me justice against my opponent.' און עס איז געווען א געוויסע אלמנה אין יענער שטאט; און זי איז געקומען צו אים און האט געזאגט: פארשאף מיר גערעכטיקייט קעגן מיין שונא!
4 For a while he refused, but then said to himself, 'Though I don't fear God nor respect people, און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן,
5 since this widow keeps troubling me, I'll grant her justice, so she doesn't wear me out with her endless visits.'" דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין.
6 And the Lord said, "Listen to what the unjust judge says. און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט!
7 Won't our Father bring justice for his chosen ones who cry to him day and night? Will he keep delaying? און צי וועט דען ה׳ נישט שאפן גערעכטיקייט פאר זיינע אויסדערוויילטע, וואס רופן צו אים טאג און נאכט, אפילו ווען ער איז געדולדיק מיט זיי?
8 I tell you, he will grant them justice quickly. But when the Son of Man comes, will he find faith on earth?" איך זאג אייך, ער וועט זיי אינגיכן פארשאפן גערעכטיקייט! דאך ווען דער בר אנש וועט קומען, צי וועט ער דען געפינען די אמונה אויף דער ערד?
9 He also told this parable to some who trusted in themselves as righteous and despised everyone else: און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט:
10 "Two men went up to the temple to pray, one a Pharisee and the other a tax collector. צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער.
11 The Pharisee stood and prayed about himself: 'God, I thank you I'm not like other people—robbers, wrongdoers, adulterers—or even like this tax collector.' דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.
12 'I fast twice a week; I give a tenth of all I get.' איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב.
13 But the tax collector, standing far off, would not even raise his eyes to heaven, but beat his chest, saying, 'our Father, have mercy on me, a sinner.' און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא!
14 I tell you, this man went to his home justified, not the other. Everyone who lifts himself up will be humbled; the one who humbles himself will be lifted up." איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.
15 People were even bringing their infants to him to touch them, but the disciples saw this and warned them off. און מען האט אויך געברענגט קליינע קינדער צו אים, אז ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער זעענדיק דאס, האבן אנגעשריגן אויף זיי.
16 But Jesus called the children to him and said, "Let the children come to me; don't stop them—the kingdom of our Father belongs to ones like these. יהושע/ישוע אבער האט זיי צוגערופן, זאגנדיק: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און פארווערט עס זיי נישט; ווארום פון אזעלכע איז דאס קעניגרייך פון ה׳.
17 Truly I tell you: whoever doesn't accept the kingdom of our Father like a little child will never enter it." באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אננעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינקומען דערין.
18 A certain ruler asked him, "Good Teacher, what must I do to inherit eternal life?" און א געוויסער שר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן?
19 Jesus said to him, "Why call me good? No one is good except our Father alone. און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: פארוואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ איינער—ה׳.
20 You know the commandments: 'Do not commit adultery, Do not murder, Do not steal, Do not testify falsely, Honor your father and mother.'" די געבאטן קענסטו דאך: זאלסט נישט נואפן; זאלסט נישט מארדן; זאלסט נישט גנבענען; זאלסט נישט פאלש עדות זאגן; זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער דיינעם און די מוטער. (שמות כ, יב-טז.)
21 "All these I have kept since my youth," he said. און ער האט געזאגט: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן פון יונגווייז אָן.
22 Hearing this, Jesus said, "One thing you still lack: sell all you own, give to the poor, and you'll have treasure in heaven; then come, follow me." ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!
23 But when he heard this, he became very sad, for he was extremely rich. ווי נאר ער האט דאס געהערט, איז ער געווארן זייער טרויעריק; ווארום ער איז געווען זייער רייך.
24 Jesus looked at him and said, "How hard it is for the wealthy to enter our Father's kingdom! און יהושע/ישוע האט אויף אים געקוקט און געזאגט: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן פארמעגנס, אריינצוקומען אין ה׳ס קעניגרייך אריין!
25 For it's easier for a camel to pass through a needle's eye than for a rich person to enter our Father's kingdom." ווארום עס איז לייכטער פאר א קעמל אריינצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ג‑ט.
26 Those who heard it asked, "Then who can be saved?" האבן די צוהערער געזאגט: טא ווער זשע קען דערלייזט ווערן?
27 But he said, "What is impossible for people is possible for our Father." ער אבער האט געזאגט: דאס, וואס איז ביי מענטשן אוממעגלעך, איז יא מעגלעך ביי ה׳.
28 Then Peter said, "Look, we have left our own homes and followed you." און פעטרוס האט געזאגט: זע, מיר האבן איבערגעלאזט אונדזער אייגנס און האבן דיר נאכגעפאלגט.
29 He said to them, "Truly I tell you: no one has left house, wife, brothers, parents, or children for the sake of our Father's kingdom, ער אבער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן אזעלכער, וואס האט פארלאזט א הויז, אדער א פרוי, אדער ברידער, אדער עלטערן, אדער קינדער, צוליב דעם קעניגרייך פון ה׳,
30 who will not receive many times more now, and eternal life in the age to come." וואס וועט נישט באקומען כפלי כפלים אין דער דאזיקער צייט, און אויף עולם הבא אייביק לעבן.
31 He took the Twelve aside and said, "Look, we're going up to Jerusalem, and all the prophets wrote about the Son of Man will be fulfilled. און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)
32 For he will be handed over to the Gentiles, mocked, insulted, and spit on. ווארום ער וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אומות (העולם), און וועט אפגעשפאט, און באליידיקט, און באשפיגן ווערן; (ישעיהו נ, ו.)
33 They will flog him and kill him, and on the third day he will rise." און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.)
34 But they understood none of this; this saying was hidden from them, and they did not grasp what was said. און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.
35 As Jesus drew near to Jericho, a blind man was sitting by the roadside begging. און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט.
36 Hearing a crowd going by, he asked what was happening. און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז.
37 They told him, "Jesus of Nazareth is passing by." און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי.
38 So he called out, "Jesus, Son of David, have mercy on me!" און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
39 Those who were in front rebuked him and told him to be quiet, but he cried out all the more, "Son of David, have mercy on me!" און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר!
40 Jesus stopped and ordered him brought to him. When he came near, Jesus asked, און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט:
41 "What do you want me to do for you?" He said, "Lord, let me see again." וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק!
42 And Jesus said to him, "Receive your sight; your faith has saved you." און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן!
43 At once he could see and followed Jesus, glorifying our Father. All the people who saw it praised our Father too. און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]