Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 19 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Jesus entered Jericho and was passing through. און ער איז אריינגעקומען און איז דורכגעגאנגען דורך יריחו.
2 And there was a man named Zacchaeus; he was a chief tax collector, and he was rich. און זע, א מאן, וואס מען האט אים גערופן מיט דעם נאמען זכי, און ער איז געווען א ראש שטייער אויפמאנער, און אן עושר;
3 He wanted to see who Jesus was, but couldn't for the crowd—he was short. און האט באגערט צו זען יהושען/ישוען, ווער ער איז, און האט נישט געקענט מחמת דעם המון מענטשן, ווייל ער איז געווען קליין פון געוואוקס.
4 He ran ahead and climbed a sycamore tree to see him, since Jesus was about to pass that way. און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין.
5 When Jesus reached the spot, looked up, and said to him, "Zacchaeus, hurry down, for I must stay at your house today." און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז!
6 So he hurried down and welcomed him joyfully. און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד.
7 Seeing this, everyone grumbled, "He's gone to stay with a sinful man." און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן!
8 Zacchaeus stood and said to the Lord, "Look, Lord, I give half my possessions to the poor, and if I've cheated anyone, I'll repay four times as much." זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.
9 Jesus told him, "Today salvation has come to this house, since he too is a son of Abraham. יהושע/ישוע האט אבער צו אים געזאגט: היינט איז א ישועה געקומען אויף דעם דאזיקן הויז, ווייל אפילו ער איז א בן אברהם;
10 For the Son of Man came to seek and to save the lost." ווארום דער בר אנש איז געקומען צו זוכן און צו ראטעווען דאס, וואס איז פארלוירן געגאנגען.
11 While they listened, he added a parable, since he was near Jerusalem and they thought our Father's kingdom would appear immediately. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האט ער ווידער געזאגט א משל, צוליב דעם וואס ער איז געווען נאענט צו ירושלים, און זיי האבן געמיינט, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ מוז באלד דערשיינען.
12 So he said, "A nobleman went to a distant land to receive a kingdom for himself and return. ער האט דעריבער געזאגט: א געוויסער איידלמאן איז אוועק אין א ווייט לאנד אריין, צו נעמען פאר זיך א מלכות, און זיך אומצוקערן.
13 Calling ten of his servants, he gave each about three months' wages, saying, "Trade with this until I return." און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק.
14 His citizens hated him and sent envoys after him, saying, "We don't want this man ruling over us." זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז!
15 "Returning after receiving the kingdom, he called the servants he had given money to, to learn what they had earned. און עס איז געשען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלכות, האט ער געהייסן רופן די דאזיקע קנעכט זיינע צו זיך, צו וועלכע ער האט געגעבן דאס געלט, כדי ער זאל וויסן ווער עס האט וואס איינגעהאנדלט.
16 The first came, saying, 'Lord, your money has earned ten times as much.'" און דער ערשטער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, דיין מנה האט אריינגעברענגט צען מנים!
17 "He replied, 'Well done, good servant! Since you were faithful in a small matter, take charge of ten cities.'" און ער האט צו אים געזאגט: וואויל, דו גוטער קנעכט! ווייל דו ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, זאלסטו האבן מאכט איבער צען שטעט!
18 "And the second came, saying, 'Lord, the money you gave me has earned five times as much.'" און דער צווייטער איז געקומען, און האט געזאגט: דיין מנה, האר, האט דערווארבן פינף מנים!
19 "And he said to him, 'And you will be in charge of five cities.'" און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט!
20 "Then another came, saying, 'Lord, here is your money back, which I kept wrapped in a cloth;' און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל!
21 for I was afraid of you, because you're a harsh man: you take what you didn't deposit and reap what you didn't sow." ווארום איך האב מיך געפארכטן פאר דיר, ווייל דו ביסט א שטרענגער מענטש; דו נעמסט, וואס דו האסט נישט אנידערגעלייגט, און שניידסט דאס, וואס דו האסט נישט פארזייט.
22 He answered, "By your own mouth I judge you, wicked servant! You knew I'm a harsh man, taking what I didn't deposit and reaping what I didn't sow? זאגט ער צו אים: אויס דיין אייגן מויל וועל איך דיך משפטן, דו געמיינער קנעכט! דו האסט געוואוסט, אז איך בין א שטרענגער מענטש, איך נעם, וואס איך האב נישט אנידערגעלייגט, און שנייד, וואס איך האב נישט פארזייט;
23 Why then didn't you put my money in the bank? I'd have collected it with interest when I returned. און פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבן מיין געלט אין א באנק, און איך וואלט עס ביי מיין צוריק קער אויפגעמאנט מיט צינזן?
24 He said to those standing by, 'Take the money from him and give it to the one with ten times as much.'" און ער האט געזאגט צו די, וואס זענען געשטאנען ארום: נעמט אוועק פון אים די מנה, און גיט זי צו דעם, וואס האט די צען מנים!
25 "And they said to him, 'Lord, he has ten times as much! און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים.
26 I tell you: everyone who has will be given more; but from the one who has none, even what he has will be taken. איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא.
27 But bring here these enemies of mine who refused my rule, and slaughter them before me.'" דאך די דאזיקע שונאים מיינע, וואס האבן נישט געוואלט, אז איך זאל קעניגן איבער זיי, ברענגט אהער, און דערהרגעט זיי פאר מיר!
28 And when he had said these things, he went on ahead, going up to Jerusalem. און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
29 Nearing Bethphage and Bethany, at the Mount of Olives, he sent two of the disciples, און עס איז געשען, ווען ער האט זיך דערנענטערט קיין בית‑פגי און בית‑היני ביים בארג, וואס האט געהייסן הר הזיתים, האט ער געשיקט צוויי פון די תלמידים,
30 saying, "Go into the village ahead. As you enter, you will find a colt tied there, never sat on. Untie it and bring it here. און געזאגט: גייט אריין אין דעם דארף אנטקעגנאיבער; און ווען איר וועט דארט אריינקומען, וועט איר געפינען א יונג אייזל אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אויף און ברענגט עס צו אהער.
31 If anyone asks you, 'Why are you untying it?' say, 'The Lord needs it.'" און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן!
32 So those who were sent went away and found it just as he had told them. און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט.
33 As they were untying the colt, its owners said to them, "Why are you untying the colt?" און ווען זיי האבן אויפגעבונדן דאס יונגע אייזל, האבן זיינע בעלי בתים געזאגט צו זיי: פארוואס בינדט איר אויף דאס אייזל?
34 And they said, "The Lord needs it." און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן!
35 They brought it to Jesus, threw their cloaks on the colt, and set Jesus on it. און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.)
36 And as he rode along, they spread their cloaks on the road. און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג.
37 As he neared the descent of the Mount of Olives, the whole crowd of disciples began rejoicing, praising our Father loudly for all the mighty works they had seen, און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען,
38 saying, "Blessed is the King who comes in the name of our Father! Peace in heaven and glory in the highest!" און האבן געזאגט: געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳); שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן!
39 And some of the Pharisees in the crowd said to him, "Teacher, rebuke your disciples." און אייניקע פון די פרושים אויס דעם המון מענטשן האבן געזאגט צו אים: רבי, שריי אָן אויף דיינע תלמידים!
40 He answered, "I tell you, if these were silent, the very stones would cry out." און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך זאג אייך: אויב די דאזיקע שווייגן, וועלן די שטיינער שרייען!
41 And when he drew near and saw the city, he wept over it, און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר,
42 saying, "If only you had known today what brings you peace! But now it is hidden from your eyes. אזוי צו זאגן, אָ, ווען אויך דו וואלסט געוואוסט אין דעם דאזיקן טאג דאס, וואס האט א שייכות צו דיין שלום! איצט אבער איז עס פארהוילן פון דיינע אויגן.
43 Days are coming when your enemies will build a barricade around you, surround you, and hem you in on every side, עס וועלן קומען טעג אויף דיר, און דיינע שונאים וועלן ווארפן א וואל ארום דיר, און וועלן דיך ארומרינגלען, און באלאגערן פון אלע זייטן;
44 and they will level you and your children within your walls, leaving no stone on another, because you did not recognize the time of your visitation." און וועלן דיך מאכן מיט דער ערד צוגלייך, און דיינע קינדער אין דיר; און וועלן נישט איבערלאזן א שטיין אויף א שטיין אין דיר, דערפאר וואס דו האסט נישט דערקענט די צייט פון דיין באזוכט ווערן!
45 And he entered the temple and began to drive out those who were selling, און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די הענדלער,
46 he told them, "Scripture says, 'My house will be a house of prayer,' but you've made it a den of robbers." זאגנדיק צו זיי: עס שטייט געשריבן: מיין הויז וועט זיין א הויז פון תפילה (ישעיהו נו, ז.); איר אבער האט דערפון געמאכט א הייל פון רויבער! (ירמיהו ז, יא.)
47 He taught daily in the temple, while the chief priests, scribes, and leaders of the people looked for a way to kill him, און ער האט געלערנט טאג טעגלעך אין בית המקדש; די הויפט כהנים אבער און די סופרים און די ראשים פונם פאלק האבן געזוכט אים אומצוברענגען.
48 but they found nothing they could do, since all the people hung on his words. און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]