Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 20 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 One of those days, as Jesus taught the people in the temple and preached good news, the chief priests and scribes came up with the elders, און עס איז געשען, אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט דאס פאלק אין בית המקדש, און אנגעזאגט די גוטע בשורה, זענען די הויפט כהנים און די סופרים און די זקנים צוגעטרעטן
2 and asked him, "Tell us by what authority you do these things, or who gave you this authority." און האבן געזאגט צו אים, אזוי צו זאגן: זאג אונדז, מיט וועמעס רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער איז עס, וואס האט דיר געגעבן דאס דאזיקן רשות?
3 He answered them, "I also will ask you a question. Tell me: ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: איך וועל אייך אויך פרעגן א שאלה! און זאגט מיר:
4 Was the baptism of John from heaven, or from man?" די מקווה פון יוחנן איז געווען פון הימל אדער פון מענטשן?
5 They discussed among themselves: "If we say, 'From heaven,' he'll say, 'Why didn't you believe him?' און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וועלן מיר זאגן: פון הימל, וועט ער זאגן: טא פארוואס האט איר אים נישט געגלויבט?
6 But if we say 'From man,' all the people will stone us, for they're convinced John was a prophet." וועלן מיר אבער זאגן: פון מענטשן, וועט דאס גאנצע פאלק אונדז שטייניקן, ווארום עס איז בטוח, אז יוחנן איז געווען א נביא.
7 So they answered that they did not know where it came from. און זיי האבן געענטפערט, אז זיי ווייסן נישט פונוואנען.
8 And Jesus said to them, "Neither will I tell you by what authority I do these things." און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: זאג איך אייך אויך נישט מיט וועמעס רשות איך טו די דאזיקע זאכן.
9 He began telling the people this parable: A man planted a vineyard, leased it to tenants, then went abroad for a long time. און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט.
10 "At harvest he sent a servant to the tenant farmers for his share of the vineyard's fruit, but they beat him and sent him away empty-handed. און צום זמן האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז זיי זאלן אים געבן פון דער פרוכט פון דעם וויינגארטן; די גערטנער אבער האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
11 He sent another servant; they beat him too, humiliated him, and sent him away empty-handed. און ער האט געמערט צו שיקן אן אנדערן קנעכט; זיי אבער האבן אויך יענעם געשלאגן און אנגעטאן אים בזיונות, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
12 And he sent yet a third, but they wounded this one too and threw him out. און ער האט מוסיף געווען צו שיקן א דריטן; אבער אויך דעם דאזיקן האבן זיי בלוטיק צעשלאגן און ארויסגעווארפן.
13 The vineyard owner said, 'What should I do? I will send my beloved son; perhaps they will respect him.' און דער האר פון דעם וויינגארטן האט געזאגט: וואס זאל איך טאן? איך וועל שיקן מיין געליבטן זון; אפשר וועלן זיי אים שוינען.
14 But seeing him, the tenants reasoned among themselves: 'This is the heir. Let's kill him, so the inheritance becomes ours.' נאר ווי די גערטנער האבן אים דערזען, האבן זיי זיך איבערגעלייגט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: דער דאזיקער איז דער יורש; לאמיר אים טייטן; כדי די ירושה זאל ווערן אונדזער.
15 They threw him out of the vineyard and killed him. What then will the vineyard owner do to them? און זיי האבן אים ארויסגעווארפן אויסער דעם וויינגארטן, און אים דערהרגעט. וואס זשע וועט דער האר פון דעם וויינגארטן טאן צו זיי?
16 "He will come, destroy those tenants, and give the vineyard to others." Hearing this, they said, "Impossible!" ער וועט קומען און אומברענגען די דאזיקע גערטנער, און דעם וויינגארטן געבן צו אנדערע. און ווען זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי געזאגט: חלילה!
17 He looked straight at them and asked, "Then what is this that's written: 'The stone the builders rejected became the cornerstone'? ער אבער האט אויף זיי געקוקט, און געזאגט; וואס דען איז דאס דאזיקע, וואס שטייט געשריבן; א שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל? (תהלים קיח, כב.)
18 Everyone who falls on that stone will be broken to pieces, and when it falls on anyone, it will crush him." יעדער איינער, וואס פאלט אויף יענעם שטיין, וועט צעשמעטערט ווערן; אויף וועמען אבער ער וועט פאלן, וועט ער אים צעמאלן. (ישעיהו ה, יד-טו; דניאל ב, לד-לה.)
19 The scribes and chief priests wanted to arrest him then and there, knowing he'd told this parable against them—but they feared the people. און די סופרים און די הויפט כהנים האבן געזוכט צו לייגן די הענט אויף אים אין דער זעלביקער שעה; און האבן מורא געהאט פאר דעם פאלק; ווארום זיי האבן איינגעזען, אז ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויף זיי.
20 Watching closely, they sent spies pretending to be honest, to catch him in his words, so as to hand him over to the governor's rule and authority. און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר.
21 They asked him, "Teacher, we know you speak and teach rightly, favor no one, but truly teach God's way. און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.
22 Is it lawful for us to pay taxes to Caesar, or not?" מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט?
23 But he saw through their cunning and said, ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט:
24 "Show me a coin worth a day's wages. Whose image and inscription is on it?" They said, "Caesar's." ווייזט מיר א דינר. וועמעס בילד און אויפשריפט האט ער? און זיי האבן געזאגט: דעם קיסרס.
25 He said to them, "Then give Caesar what's Caesar's, and our Father what's our Father's." און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס!
26 They could not trap him in his words before the people, and amazed at his answer, they fell silent. און זיי האבן אים נישט געקענט פאנגען מיט קיין ווארט פאר דעם פאלק; און האבן זיך געוואונדערט אויף זיין ענטפער, און האבן געשוויגן.
27 Some Sadducees, who deny there is a resurrection, came and asked him, און עס זענען צוגעקומען צו אים אייניקע פון די צדוקים, וועלכע זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים;
28 "Teacher, Moses wrote for us: if a man dies leaving a wife but no children, his brother must marry the widow and raise offspring for him. און האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, משה האט אונדז געשריבן; אויב עמיצנס ברודער וועט שטארבן, האבנדיק א ווייב, און איז אָן א קינד, זאל זיין ברודער נעמען די פרוי, און אויפשטעלן זאמען צו זיין ברודער. (דברים כה, ה-ו.)
29 Now there were seven brothers. The first took a wife and died childless. אָט זענען געווען זיבן ברידער; און דער ערשטער האט גענומען א ווייב, און איז געשטארבן אָן קינדער;
30 And the second, און דער צווייטער;
31 and the third took her, and likewise all seven left no children and died. און דער דריטער האט זי גענומען; און אזוי א האבן אויך די זיבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און זענען געשטארבן.
32 Finally the woman also died. צום סוף איז אויך די פרוי געשטארבן.
33 At the resurrection, then, whose wife will she be? For all seven had married her." וועמעס ווייב פון זיי וועט דעריבער די פרוי זיין נאך תחית המתים? ווארום די זיבן האבן זי געהאט פאר א ווייב.
34 And Jesus said to them, "The people of this age marry and are given in marriage, און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט;
35 "But those considered worthy to reach that age and the resurrection from the dead neither marry nor are given in marriage. די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט;
36 For they can no longer die, because they are like angels and children of our Father, children of the resurrection. ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים.
37 But even Moses showed the dead are raised, at the bush passage, calling our Father the God of Abraham and of Isaac and of Jacob. און אז די טויטע שטייען אויף, האט אויך משה מרמז געווען ביים סנה, ווען ער רופט דעם האר דעם ג‑ט פון אברהם און דעם ג‑ט פון יצחק און דעם ג‑ט פון יעקב. (שמות ג, ו.)
38 He isn't God of the dead but of the living, for all are alive to him." ער אבער איז דער ג‑ט, נישט פון טויטע, נאר פון לעבעדיקע; ווארום אלע לעבן פאר אים.
39 Then some of the scribes answered, "Teacher, you have spoken well." און אייניקע פון די סופרים האבן ענטפערנדיק געזאגט: רבי, דו האסט וואויל געזאגט!
40 For they no longer dared to ask him anything. ווארום זיי האבן זיך מער נישט אונטערגעשטעלט, אים עפעס צו פרעגן.
41 But he said to them, "How can they say that the Christ is the son of David? ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווי אזוי זאגט מען, אז דער משיח איז דודס זון?
42 For David himself says in the Psalms, 'Our Father said to my Lord, "Sit at my right hand, דוד אליין זאגט דאך אינם ספר תהלים: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט,
43 until I make your enemies a footstool for your feet."' ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס. (תהלים קי, א.)
44 David then calls him Lord—how is he his son?" דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?
45 While all the people were listening, he said to his disciples, און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים:
46 "Watch out for the scribes, who want to walk in long robes, and love greetings in the marketplaces, the best seats in synagogues, and places of honor at feasts, היט זיך פאר די סופרים, וואס ווילן ארומגיין אין טליתים, און האבן ליב מען זאל זיי אפגעבן שלום אויף די מערקפלעצער, און די ערשטע ערטער אין שול, און פלעצער אויבנאן אויף סעודות;
47 who devour widows' houses and pray long prayers for show. They will receive greater condemnation." זיי פארצערן די הייזער פון אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאווענען זיי לאנג; זיי וועלן באקומען א הארבער משפט.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]