Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 21 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Looking up, Jesus saw the rich putting their gifts into the temple treasury. און א בליק טוענדיק, האט ער געזען ווי די עשירים ווארפן אריין זייערע נדבות אין דער שאצקאמער.
2 He also saw a poor widow putting in two small copper coins. און האט געזען א געוויסע נויטבאדערפטיקע אלמנה אריינווארפן דארטן צוויי פרוטות.
3 "Truly I tell you," he said, "this poor widow has put in more than all the others. און ער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: די דאזיקע ארעמע אלמנה האט אריינגעווארפן מער ווי אלע;
4 For all these gave gifts from their surplus, but she gave from her poverty all she had to live on." ווארום אלע די דאזיקע האבן אריינגעווארפן צו די נדבות פון זייער עודף; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט צום לעבן.
5 As some were speaking of the temple, decorated with fine stones and gifts dedicated to our Father, he said: און ווען אייניקע האבן געזאגט וועגן דעם בית המקדש, אז עס איז באצירט מיט הערלעכע שטיינער און מיט מתנות, האט ער געזאגט:
6 "As for what you're looking at, days are coming when not one stone will be left on another—every one will be thrown down." די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
7 "Teacher," they asked, "when will these things happen, and what sign will show these things are about to happen?" האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען?
8 "Watch out, don't be deceived," he said. "Many will come in my name, saying, 'I am he,' and, 'The time is near.' Don't follow them. און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!
9 When you hear of wars and revolts, don't panic. These must come first, but the end won't follow at once." ווען אבער איר וועט הערן פון מלחמות און מהומות, זאלט איר זיך נישט שרעקן, ווארום דאס מוז קודם כל געשען; נאר דער קץ איז נישט באלד.
10 Then he said to them, "Nation will rise against nation, and kingdom against kingdom. דעמאלט האט ער געזאגט צו זיי: א פאלק וועט אויפשטיין קעגן א פאלק, און א מלוכה קעגן א מלוכה;
11 Great earthquakes will strike, with famines and plagues in various places, and terrors and great signs from heaven. עס וועלן זיין געוואלדיקע ערדציטערנישן, און דא און דארטן הונגער און מגפות; און שרעקלעכע זאכן און גרויסע צייכנס פון הימל וועלן זיין.
12 But before all this, they'll grab you and persecute you, handing you over to synagogues and prisons, hauling you before kings and governors because of my name. פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען.
13 This will be your opportunity to bear witness. דאס וועט אויספאלן פאר אייך צום עדות זאגן.
14 So settle in your hearts not to prepare your defense beforehand, נעמט זשע עס אייך צום הארצן, נישט צו זארגן פארויס, וויאזוי זיך צו פארטיידיקן;
15 for I will give you words and wisdom no opponent can resist or refute. ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.
16 You will be betrayed even by parents and brothers and relatives and friends, and they will kill some of you. איר וועט אבער איבערגעגעבן ווערן אפילו פון עלטערן, און ברידער, און קרובים, און פריינד; און א טייל פון אייך וועלן זיי טייטן.
17 You will be hated by everyone for my name's sake. און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען.
18 But not a hair of your head will perish. און קיין האר פון אייער קאפ וועט נישט פארלוירן ווערן.
19 By your endurance you will gain your lives." דורך אייער סבלנות וועט איר געווינען אייערע לעבנס!
20 "When you see Jerusalem surrounded by armies, then know that its desolation has drawn near. און ווען איר וועט זען ירושלים באלעגערט מיט חיילות, זאלט איר דעמאלט וויסן, אז איר פארוויסטונג האט זיך דערנענטערט.
21 Then let those in Judea flee to the mountains, let those in the city leave, and let those in the countryside not enter it, דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין (לאנד) יהודה, אנטלויפן צו די בערג; און די, וואס זענען אין איר מיט, זאלן אויסוואנדערן; און די, וואס זענען אויפן לאנד, זאלן נישט אריינגיין אין איר.
22 for these are days of judgment, when all that is written will be fulfilled. ווייל זיי זענען טעג פון נקמה, כדי עס זאל דערפילט ווערן אלץ, וואס שטייט געשריבן.
23 How terrible it will be for pregnant women and nursing mothers in those days! For great distress will fall on the land, and wrath against this people. וויי איז צו די טראגעדיקע פרויען און אנזויגערינס אין יענע טעג! ווארום עס וועט זיין א גרויסע נויט איבערן לאנד און א צארן איבער דעם דאזיקן פאלק.
24 They will fall by the edge of the sword and be led captive into all nations. Jerusalem will be trampled by the nations until the times of the nations are fulfilled." און זיי וועלן פאלן פון דער שארף פון דער שווערד, און געפאנגען געפירט ווערן צווישן אלע פעלקער; און ירושלים וועט צעטרעטן ווערן פון אומות (העולם), ביז די צייטן פון די אומות (העולם) וועלן דערפילט ווערן.
25 "There will be signs in sun, moon, and stars, and on earth, nations in distress, confused by the sea's roar and surge. און עס וועלן זיין סימנים אין דער זון און לבנה און שטערנס; און אויף דער ערד אנגסט אויף פעלקער; און זיי וועלן נישט וויסן קיין עצה זיך צו געבן, מחמת דעם ברויזן פון ים און די כוואליעס;
26 People fainting from fear, dreading what's coming on the world, for the powers of the heavens will be shaken. און מענטשן וועלן אויסגיין פאר מורא און דערווארטונג פון דעם, וואס דארף קומען אויף דער וועלט; ווארום די כוחות פון הימל וועלן דערשיטערט ווערן.
27 Then they will see the Son of Man coming in a cloud with power and great glory. און דעמאלט וועלן זיי זען דעם בר אנש קומען אויף א וואלקן מיט מאכט און פיל הערלעכקייט. (דניאל ז, יג-יד.)
28 When these things start, straighten up and lift your heads, for your redemption is near." ווען אבער די דאזיקע זאכן הויבן אָן געשען, זאלט איר זיך אויפריכטן און אויפהויבן אייערע קעפ, ווייל אייער גאולה דערנענטערט זיך.
29 Then he told them a parable: "Look at the fig tree and all the trees. און ער האט זיי געזאגט א משל: קוקט אויף דעם פייגנבוים און אויף אלע ביימער;
30 When they sprout leaves, you see for yourselves and know summer is already near. ווען זיי שפראצן שוין, זעט איר עס און ווייסט פון זיך אליין, אז דער זומער איז נאענט.
31 Likewise, when you see these things happen, know the kingdom of our Father is near. אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נאענט.
32 Truly I tell you, this generation will not pass away until all these things have taken place. באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלץ וועט האבן געשען.
33 Heaven and earth will pass away, but my words will never pass away." דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין.
34 "Watch yourselves, or your hearts will be weighed down by wild living, drunkenness, and life's worries, and that day will spring on you suddenly, like a trap. נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך;
35 For it will come upon everyone living on the face of the whole earth. ווארום ווי א נעץ וועט ער קומען איבער אלע, וואס וואוינען אויפן פנים פון דער גאנצער ערד.
36 Keep watch at all times, praying for strength to escape everything about to happen, and to stand before the Son of Man." דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
37 By day he taught in the temple; at night he went out and stayed on the Mount of Olives. און בייטאג איז ער געווען אינם בית המקדש און האט געלערנט, און ביינאכט איז ער ארויסגעגאנגען און האט איבערגענעכטיקט אויפן בארג, וואס מען האט אים גערופן הר הזיתים.
38 All the people would come to him at dawn in the temple to hear him. און דאס גאנצע פאלק איז געקומען צו אים אינדערפרי אין בית המקדש אריין, כדי אים צו הערן.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]