Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 22 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Now the Feast of Bread Without Yeast, called Passover, was approaching. און עס איז שוין געווען נאענט פאר דעם חג המצות, וואס מען רופט פסח.
2 The chief priests and the scribes were looking for a way to kill him, because they feared the people. און די הויפט כהנים און די סופרים האבן געזוכט אויף וואס פאר אן אופן אים אומצוברענגען; ווארום זיי האבן מורא געהאט פארן פאלק.
3 Then Satan entered into Judas, the one called Iscariot, who was one of the twelve. און דער שׂטן איז אריינגעגאנגען אין יהודהן, וואס מען האט אים גערופן איש‑קריות, זייענדיק פון דער צאל פון די צוועלף.
4 He went and conferred with the chief priests and temple officers how he might betray him to them. און ער איז אוועקגעגאנגען, און זיך אפגערעדט מיט די הויפט כהנים און הויפטלייט, אויף וואס פאר אן אופן ער זאל אים איבערגעבן צו זיי,
5 They were glad and agreed to give him money. און זיי האבן זיך דערפריידט, און האבן אפגעמאכט אים צו געבן געלט.
6 He agreed and began looking for an opportunity to betray him to them away from the crowd. און ער האט (עס) צוגעזאגט, און געזוכט א געלעגנהייט אים איבערצוגעבן צו זיי אָן א צוזאמענגעלויף.
7 Then the day of Unleavened Bread arrived, when the Passover lamb had to be sacrificed. און עס איז געקומען דער יום המצות, אין וועלכן מען דארף מקריב זיין דאס (קרבן) פסח.
8 Jesus sent Peter and John, saying, "Go prepare the Passover for us to eat." און ער האט אוועקגעשיקט פעטרוסן און יוחנן, זאגנדיק, גייט און גרייט צו פאר אונדזערטוועגן דאס (קרבן) פסח, כדי מיר זאלן עס עסן!
9 They said to him, "Where do you want us to prepare it?" און זיי האבן צו אים געזאגט: וואו ווילסטו, אז מיר זאלן עס צוגרייטן?
10 He said, "Once you enter the city, a man carrying a jar of water will meet you. Follow him into the house he enters, האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין.
11 "and tell the owner of the house, 'The Teacher says to you: Where is the guest room where I may eat the Passover with my disciples?' און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים?
12 And he will show you a large upper room, furnished; prepare it there." און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן.
13 They went and found it just as he had told them, and they prepared the Passover. און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח.
14 When the hour came, he reclined at table, and the apostles with him. און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים.
15 He told them, "I have deeply longed to eat this Passover with you before I suffer. און האט צו זיי געזאגט: מיט א באגער האב איך באגערט צו עסן דאס דאזיקע (קרבן) פסח מיט אייך, איידער איך גיי ליידן;
16 For I tell you, I won't eat it until it's fulfilled in the kingdom of our Father." ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
17 Taking a cup and giving thanks, he said, "Take this and divide it among yourselves. און נעמענדיק א בעכער, האט ער געמאכט א ברכה און געזאגט: נעמט דעם דאזיקן, און צעטיילט אים צווישן זיך,
18 For I tell you, from now on I will not drink the vine's fruit until our Father's kingdom comes." ווארום איך זאג אייך: איך וועל פון איצט אָן מער נישט טרינקען פון דער פרוכט פון דעם וויינשטאק, ביז דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט קומען.
19 He took bread, gave thanks, broke it, and gave it to them, saying, "This is my body, given for you. Do this in memory of me." און ער האט גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, און האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי, אזוי צו זאגן: דאס דאזיקע איז מיין גוף, וואס ווערט געגעבן פאר אייך; דאס דאזיקע זאלט איר טאן לזכרון פון מיר!
20 He did the same with the cup after supper: "This cup is the new covenant in my blood, poured out for you. דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך.
21 But look—the hand of the one who betrays me is with me on the table. דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש.
22 The Son of Man goes as determined, but woe to that man through whom he is handed over!" יא, דער בר אנש גייט טאקע, לויט ווי עס איז באשטימט געווארן; נאר וויי איז צו יענעם מענטשן, דורך וועמען ער ווערט פארראטן!
23 They began asking each other which of them would do this. און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן.
24 A dispute also arose among them about which of them was the greatest. און עס איז אויך געקומען צו א מחלוקה צווישן זיי, ווער פון זיי זאל געהאלטן ווערן פאר דעם גרעסטן.
25 He said to them, "Kings of nations dominate them, and rulers over them are called benefactors. ער אבער האט צו זיי געזאגט: די מלכים פון די פעלקער הערשן איבער זיי, און זייערע מושלים רופט מען וואוילטעטער.
26 Not so with you: let the greatest among you become like the youngest, the leader like the one serving. איר אבער נישט אזוי; נאר דער גרעסטער צווישן אייך זאל זיין ווי דער יונגסטער; און דער מנהיג ווי דער משרת.
27 Who is greater—the guest at the table or the one serving? The guest, isn't it? Yet I am among you as one who serves. ווארום ווער איז גרעסער, דער וואס זיצט ביים טיש, צי דער וואס באדינט? איז עס דען נישט דער, וואס זיצט? איך אבער בין אין אייער מיט ווי דער משרת.
28 "You are those who have stayed with me in my trials, איר אבער זענט עס, וואס זענען פארבלייבן מיט מיר אין די נסיונות מיינע;
29 and I confer on you a kingdom, just as my Father conferred one on me, און איך באשטים פאר אייך א מלכות, אזוי ווי מיין פאטער האט פאר מיר באשטימט,
30 so you'll eat and drink at my table in my kingdom, and sit on thrones judging the twelve tribes of Israel." כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.
31 "Simon, Simon, listen—Satan has demanded to sift all of you like wheat, שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ;
32 but I prayed for you, that your faith not fail. Once you have turned back, strengthen your brothers." איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!
33 Peter said, "Lord, I'm ready to go with you to prison and death." ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט!
34 Jesus said, "I tell you, Peter: the rooster won't crow today before you deny three times that you know me." ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען!
35 He asked, "When I sent you without money bag, knapsack, or sandals, did you lack anything?" "Nothing," they said. און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!
36 He said to them, "But now, let the one with a money bag take it, and a knapsack too. Let the one without a sword sell his cloak and buy one. האט ער צו זיי געזאגט: נאר איצט ווער עס האט א געלטבייטל, זאל ער אים נעמען, און אויך אזוי דעם טייסטער; און ווער עס האט גארנישט, דער זאל פארקויפן זיין מלבוש, און קויפן א שווערד.
37 For I tell you this Scripture must be fulfilled in me: 'He was counted among sinners.' For what is written about me is coming true." ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף.
38 They said, "Lord, look, here are two swords." He said to them, "It is enough." און זיי האבן געזאגט: האר, זע, דא זענען דא צוויי שווערדן! ער אבער האט צו זיי געזאגט: עס איז גענוג!
39 And he went out, as usual, to the Mount of Olives, and the disciples followed him. און ער איז ארויסגעגאנגען, און איז אוועק, ווי עס איז געווען זיין געוואוינהייט, צום הר הזיתים; און די תלמידים האבן אים אויך נאכגעפאלגט.
40 When he reached the place, he told them, "Pray you don't give in to temptation." און קומענדיק צו דעם ארט, האט ער צו זיי געזאגט: טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
41 And he withdrew from them about a stone's throw, and knelt down and prayed, און אליין האט ער זיך פון זיי דערווייטערט (א שטח) אזוי ווי א שטיינוואורף; און האט אנידערגעקניט און תפילה געטאן,
42 saying, "Father, if you are willing, take this cup from me. Yet not my will, but yours, be done." אזוי צו זאגן: פאטער, אויב דו ווילסט, נעם אוועק פון מיר דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט מיין, נאר דיין רצון זאל געשען!
43 And an angel from heaven appeared to him, strengthening him. און עס האט זיך צו אים באוויזן א מלאך פון הימל, און אים געשטארקט.
44 In agony he prayed more intensely; his sweat became like great drops of blood falling down to the ground. און א טויט אנגסט איז אויף אים געקומען, און ער האט העפטיקער תפילה געטאן; און זיין שווייס איז געווארן ווי בלוטסטראפן, וואס זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד.
45 When he rose from prayer, he came to the disciples and found them asleep from grief, און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער.
46 he said to them, "Why are you sleeping? Get up and pray, so you don't yield to temptation." און ער האט צו זיי געזאגט: וואס שלאפט איר? שטייט אויף און טוט תפילה, אז איר זאלט נישט אריינקומען אין קיין נסיון!
47 While he was still speaking, a crowd came, led by the one called Judas, one of the twelve. He came up to Jesus to kiss him, בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן,
48 but Jesus said to him, "Judas, would you betray the Son of Man with a kiss?" יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: יהודה, מיט א קוש פארראטסטו דעם בר אנש?
49 Seeing what was about to happen, those with him said, "Lord, should we strike with the sword?" און ווי די, וואס זענען געווען ארום אים, האבן געזען וואס דא גייט ווערן, האבן זיי געזאגט: האר, צי זאלן מיר שלאגן מיט דער שווערד?
50 And one of them struck the servant of the high priest and cut off his right ear. און איינער פון זיי האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט זיין רעכט אויער.
51 But Jesus answered, "No more of this!" And he touched the ear and healed him. יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: לאזט געמאכט! און האט אנגערירט זיין אויער, און אים געהיילט.
52 Then Jesus said to the chief priests, temple officers, and elders who had come out against him, "Have you come out with swords and clubs, as against a robber? און יהושע/ישוע האט געזאגט צו די הויפט כהנים, און הויפטלייט פון בית המקדש, און זקנים, וועלכע זענען געקומען קעגן אים: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און מיט שטאנגען!
53 Every day I was with you in the temple, and you didn't lay hands on me. But this is your hour, and the authority of darkness." ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש.
54 Seizing him, they led him and brought him into the high priest's house; Peter followed at a distance. און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס.
55 They lit a fire in the middle of the courtyard and sat together; Peter sat among them. און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי.
56 But a servant girl, seeing him sitting facing the light, stared at him and said, "This one too was with him." א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים!
57 But he denied it, saying, "Woman, I do not know him." און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט!
58 Shortly after, another saw him and said, "You too are one of them." But Peter said, "Man, I'm not." און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט!
59 About an hour later, another insisted, "This man was certainly with him, for he's a Galilean too." און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי!
60 But Peter said, "Man, I don't know what you're saying." Immediately, while he was still speaking, the rooster crowed. פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט.
61 The Lord turned and looked at Peter. Peter remembered what the Lord had told him: "Before the rooster crows today, you will deny me three times." און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען.
62 And he went out and wept bitterly. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.
63 Now the men who were holding Jesus mocked him as they beat him. און די מענער, וואס האבן אים (יהושען/ישוען) באוואכט, האבן אפגעשפאט פון אים, און אים געשלאגן.
64 They blindfolded him and kept asking, "Prophesy! Who is it that struck you?" און זיי האבן אים ארומגעהילט (דאס פנים), און אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: זאג נבואות, ווער עס איז, וואס האט דיך געשלאגן?
65 And they said many other things against him, insulting him. און א סך אנדערע לעסטערונגען האבן זיי געזאגט קעגן אים.
66 At daybreak, the people's council of elders convened—chief priests and scribes—and led him away to their council, saying, און ווי עס איז געווארן טאג, זענען זיך צוזאמענגעקומען די זקנים פון פאלק, די הויפט כהנים און סופרים, און האבן אים אוועקגעפירט צו זייער סנהדרין, און געזאגט:
67 "If you are the Christ, tell us." He said to them, "If I tell you, you will not believe, אויב דו ביסט דער משיח, זאג עס אונדז! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך זאל עס אייך זאגן, וועט איר נישט גלויבן;
68 "and if I ask you, you will not answer. און אויב איך וועל פרעגן, וועט איר נישט ענטפערן.
69 "But from now on the Son of Man will sit at the right hand of the power of our Father." פון איצט אָן אבער וועט דער בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס מאכט. (תהלים קי, א.)
70 They all said, "So you are the Son of God?" He said to them, "You say that I am." האבן זיי אלע געזאגט: צי ביסטו דען דער זון פון דער אויבערשטער? און ער האט צו זיי געזאגט: איר זאגט עס, ווייל איך בין עס!
71 They said, "What more testimony do we need? For we heard it ourselves from his mouth." זיי אבער האבן געזאגט: וואס דארפן מיר נאך אן עדות זאגן? ווארום מיר אליין האבן עס געהערט פון זיין מויל.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]