Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 23 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 Then the whole assembly rose and brought him before Pilate. און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן.
2 They began accusing him: "We found this man misleading our nation, forbidding taxes to Caesar, and claiming to be Christ, a king." און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.
3 Pilate asked him, "Are you the King of the Jews?" He answered, "You say so." און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס!
4 Then Pilate said to the chief priests and the crowds, "I find no guilt in this man." האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן!
5 But they pressed on: "He stirs up the people, teaching all through Judea, from Galilee to here." זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער!
6 When Pilate heard this, he asked whether the man was a Galilean. און ווי פילאטוס האט דאס געהערט, האט ער געפרעגט, צי דער מענטש איז א גלילי,
7 Learning he was under Herod's authority, he sent him to Herod, who himself was also in Jerusalem in those days. און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג.
8 Seeing Jesus, Herod was delighted—he'd long wanted to see him, having heard about him, and hoped to see him perform a sign. און הורדוס האט זיך זייער געפריידט, זעענדיק יהושען/ישוען; ווארום שוין א לאנגע צייט ווי ער האט אים גערן געוואלט זען, צוליב דעם וואס ער האט געהערט וועגן אים, און האט געהאפט צו זען עפעס אן אות געטאן פון אים.
9 He questioned him at great length, but Jesus gave him no answer. און ער האט אים געשטעלט א סך קשיות; ער אבער האט אים גארנישט געענטפערט.
10 The chief priests and the scribes stood by, vehemently accusing him. און די הויפט כהנים און די סופרים זענען געשטאנען און האבן אים אייפערדיק אנגעקלאגט.
11 Herod and his soldiers scorned and mocked him, dressed him in bright clothing, and sent him back to Pilate. און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)
12 That day Herod and Pilate became friends—they had been enemies before. און הורדוס און פילאטוס זענען געווארן פריינד איינער מיטן אנדערן אין דעם זעלביקן טאג; ווארום פריער האט געהערשט א שנאה צווישן זיי.
13 Pilate then called together the chief priests, the rulers, and the people, און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק.
14 and said to them, "You brought me this man as one turning the people away. I examined him before you and found no guilt in this man on your charges. און צו זיי געזאגט: איר האט אהערגעברענגט דעם דאזיקן מענטשן פאר מיר, ווי א פאלקספארפירער; און זע, איך האב אים אויסגעפארשט פאר אייך, און האב נישט געפונען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאגט אים אָן;
15 Neither did Herod, for he sent him back to us. Look, he has done nothing deserving death. ניין, אפילו הורדוס אויך נישט; ווארום ער האט אים צוריקגעשיקט צו אונדז; און זע, ער האט גארנישט געטאן, פארוואס ער זאל זיין חייב מיתה.
16 I will therefore discipline him and release him." איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק, און אפלאזן.
17 Not in this edition און ער האט געמוזט אפלאזן פאר זיי איינעם אויף יום טוב.
18 But they all cried out together, "Away with this man! Release Barabbas to us!" און דער גאנצער המון האט געשריגן, אזוי צו זאגן: אוועק מיט דעם דאזיקן, און באפריי אונדז בר‑אבאן!
19 a man imprisoned for a rebellion that happened in the city, and for murder. וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי.
20 Pilate addressed them once more, wanting to release Jesus, און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען;
21 but they kept shouting, "Crucify, crucify him!" זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים!
22 A third time he said to them, "Why? What wrong has this man done? I find no ground for death in him. So I will punish and release him." און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען.
23 But they kept shouting loudly, demanding he be crucified, and their voices prevailed. זיי אבער האבן אנגעהאלטן מיט הויכע קולות, פאדערנדיק, אז ער זאל אים אויפהענגען אויף א בוים. און די געשרייען זייערע האבן גובר געווען.
24 So Pilate decided that their demand should be granted. און פילאטוס האט געמשפט, אז זייער פאדערונג זאל געשען.
25 He released the man they asked for, jailed for rebellion and murder, but handed Jesus over to their will. און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.
26 Leading him away, they seized a man named Simon of Cyrene, coming in from the countryside, and put the cross on him to carry behind Jesus. און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען.
27 A great crowd of the people followed him, including women who were weeping and wailing for him. און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט.
28 But Jesus turned to them and said, "Daughters of Jerusalem, don't cry for me; cry for yourselves and your children. יהושע/ישוע אבער האט זיך אויסגעדרייט צו זיי און געזאגט: טעכטער פון ירושלים, וויינט נישט איבער מיר; נאר וויינט ליבער איבער זיך אליין, און איבער אייערע קינדער!
29 For the days are coming when they will say, 'Blessed are the barren, the wombs that never bore, the breasts that never nursed.' ווייל זע, עס קומען טעג, אין וועלכע מען וועט זאגן: וואויל איז די עקרות, און די לייבער, וואס האבן נישט געבוירן, און די בריסטן, וואס האבן נישט געגעבן צו זויגן!
30 Then they'll begin saying to the mountains, "Fall on us," and to the hills, "Cover us." דעמאלט וועט מען אנהויבן צו זאגן צו די בערג: פאלט אויף אונדז! און צו די בערגלעך: דעקט אונדז צו!
31 For if they do this when the wood is green, what will happen when it's dry?" ווייל אויב מען טוט דאס צום גרינעם האלץ, וואס וועט שוין געשען צום פארדארטן?
32 Two others, who were criminals, were also led away to be put to death with him. און צוויי אנדערע, פארברעכער, זענען געפירט געווארן צוזאמען מיט אים געטייט צו ווערן.
33 When they reached the place called The Skull, they crucified him there with the criminals, one on his right, one on his left. און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.)
34 Jesus said, "Father, forgive them, for they do not know what they are doing." Then they divided his garments, casting lots. יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.)
35 The people stood watching; the rulers sneered, "He saved others—let him save himself, if he's God's Christ, the Chosen One." און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳!
36 The soldiers also mocked him, coming up to offer him sour wine, און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.)
37 and saying, "If you are the King of the Jews, save yourself!" און האבן געזאגט: אויב דו ביסט דער קעניג פון די יידן, ראטעווע דיך אליין!
38 There was also an inscription over him: "This is the King of the Jews." און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.
39 One of the hanged criminals insulted him: "Aren't you the Christ? Save yourself and us!" איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז!
40 But the other rebuked him: "Don't you even fear God, since you're under the same sentence? נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט!
41 Rightly so—we're paying for what we did; but this man has done nothing wrong." מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה!
42 Then he said, "Jesus, remember me when you come into your kingdom." און האט געזאגט: יהושע/ישוע, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין!
43 And Jesus said to him, "Truly I tell you, today you will be with me in Paradise." און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!
44 It was already about noon, and darkness covered the whole land until three in the afternoon, און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינצטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה.
45 for the sun's light failed; and the curtain of the temple was torn in two. און די זון איז פארפינסטערט געווארן, און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען אין דער מיט.
46 Jesus called out loudly, "Father, into your hands I commit my spirit!" Then he breathed his last. און יהושע/ישוע האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.)
47 Seeing what happened, the centurion praised our Father: "This man really was righteous." ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק!
48 All the crowds gathered for this sight, seeing what happened, went home beating their chests. און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט.
49 All his acquaintances, and the women who followed him from Galilee, stood far off watching these things. עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען.
50 Now there was a man named Joseph, a member of the council, a good and righteous man, און זע, א געוויסער מאן מיטן נאמען יוסף, וועלכער איז געווען א יועץ, אן איש טוב וצדיק,
51 who had not agreed to their plan and action. He was from Arimathea, a Jewish town, and was waiting for the kingdom of our Father. (ער איז נישט געווען איינשטימיק מיט זייער עצה און מיט זייער טאן) פון הרמתים, א יידישע שטאט, וועלכער האט געהאפט אויף דעם קעניגרייך פון ה׳;
52 This man went to Pilate and asked for the body of Jesus. ער איז געגאנגען צו פילאטוסן און האט געבעטן פון אים ישועס גוף.
53 He took it down, wrapped it in a linen cloth, and laid him in a rock-cut tomb where no one had yet been laid. און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
54 It was the day of Preparation, and the Sabbath was about to begin. און דער טאג איז געווען ערב שבת, און דער שבת האט שוין געהאלטן ביים צופאלן.
55 Women who came with him from Galilee followed, saw the tomb, and how his body was placed. די פרויען אבער, וואס האבן אים באגלייט פון גליל, זענען נאכגעגאנגען, און האבן געזען דאס קבר, און וויאזוי זיין קערפער איז געלייגט געווארן.
56 They went back and prepared spices and ointments, then rested on the Sabbath as commanded. און האבן זיך אומגעקערט, און צוגעגרייט בשמים און זאלבן. און שבת האבן זיי גערוט לויט דעם געבאט (פון דער תורה).
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]