Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 24 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 On the first day of the week, at dawn, they came to the tomb, carrying the spices they had prepared. און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט.
2 They found the stone rolled away from the tomb, זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר;
3 but when they went in they did not find the body of the Lord Jesus. און זענען אריינגעגאנגען, און האבן נישט געפונען דעם גוף פון דעם האר יהושע/ישוע.
4 While they were perplexed about this, suddenly two men stood beside them in dazzling clothes. און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;
5 Frightened, they bowed their faces to the ground. The men asked, "Why seek the living among the dead? און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע?
6 He's not here—he's risen. Remember what he told you while still in Galilee, ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט,
7 that the Son of Man must be handed over to sinful men, be crucified, and rise on the third day." אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין.
8 And they remembered his words, און זיי האבן זיך דערמאנט זיינע ווערטער,
9 returning from the tomb, they told all this to the eleven and all the rest. און האבן זיך אומגעקערט פונם קבר, און דערציילט אלע די דאזיקע זאכן צו די עלף, און צו אלע איבריקע.
10 Mary Magdalene, Joanna, Mary the mother of James, and the other women with them told these things to the apostles. און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים,
11 But these words seemed like nonsense to them, and they did not believe them. און די דאזיקע רייד זענען זיי פארגעקומען ווי פוסטע מעשיות, און האבן זיי נישט געגלויבט.
12 Peter got up and ran to the tomb; bending down, he saw only the linen cloths, then went home amazed at what had happened. נאר פעטרוס האט זיך אויפגעהויבן און איז אהינגעלאפן צום קבר; און איינבייגנדיק זיך, זעט ער די תכריכים ליגן אליין; און ער איז אוועק צו זיך אהיים, וואונדערנדיק זיך איבער דעם, וואס איז געשען.
13 That same day two of them traveled to a village called Emmaus, about seven miles from Jerusalem, און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים.
14 and they were talking with each other about all these things that had happened. און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען,
15 While they were talking and discussing together, Jesus himself drew near and went with them. בשעת זיי האבן געשמועסט און געהאלטן א וויכוח, האט יהושע/ישוע אליין גענענט, און איז מיטגעגאנגען מיט זיי.
16 But their eyes were kept from recognizing him. זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען.
17 He asked them, "What are you discussing with each other as you walk?" They stopped, looking sad. און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער.
18 One of them, Cleopas, replied, "Are you the only visitor to Jerusalem who does not know what has happened there these days?" און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג?
19 He asked, "What things?" They said, "About Jesus of Nazareth—a prophet powerful in deed and word before our Father and all the people, און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק;
20 and how our chief priests and rulers handed him over to a death sentence, and crucified him. און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים.
21 We'd hoped he was the one to redeem Israel. Yet on top of all this, it's the third day since these things happened. מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען.
22 Some women of ours also amazed us—early at the tomb, נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר;
23 and not finding his body, they came back saying they'd even seen a vision of angels, who said he was alive. און ווען זיי האבן נישט געפונען זיין גוף, זענען זיי געקומען, און האבן געזאגט, אז זיי האבן אויך געזען א דערשיינונג פון מלאכים, וועלכע האבן געזאגט, אז ער לעבט.
24 Some of our companions went to the tomb and found it just as the women said, but they did not see him." און אייניקע פון די אונדזעריקע זענען אוועק צום קבר, און האבן עס געפונען פונקט אזוי, ווי די פרויען האבן געזאגט, אים (אליין) אבער האבן זיי נישט געזען.
25 He said to them, "How foolish you are, and slow to believe all the prophets said! און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!
26 Was it not necessary that the Christ should suffer these things and enter into his glory?" צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין?
27 And beginning with Moses and all the Prophets, he explained to them from all the Scriptures everything about himself. און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.
28 And they approached the village they were heading to, and he pretended to go farther. און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער.
29 But they insisted, "Stay with us—evening is near, the day nearly done." So he went in to stay with them. און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי.
30 As he reclined with them, he took the bread, blessed it, broke it, and gave it to them. און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.
31 And their eyes were opened, and they recognized him. And he vanished from their sight. און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן.
32 They said to each other, "Weren't our hearts burning within us as he spoke to us on the road, as he opened the Scriptures to us?" און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)?
33 That same hour they got up, returned to Jerusalem, and found the eleven and those with them gathered together, און זיי זענען אויפגעשטאנען אין דער זעלביקער שעה און האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און האבן געפונען די עלף פארזאמלט, און די, וואס זענען געווען מיט זיי;
34 saying, "The Lord has risen indeed, and has appeared to Simon!" וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען!
35 And they told what happened on the road, and how he was recognized in the breaking of the bread. און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט.
36 As they spoke these things, Jesus himself stood among them and said to them, "Peace to you!" און בשעת זיי האבן גערעדט פון די דאזיקע זאכן, איז ער אליין געשטאנען אין דער מיט צווישן זיי, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!
37 But they were startled and frightened and thought they saw a spirit. זיי אבער האבן געציטערט און מורא געהאט, מיינענדיק, אז זיי זען א גייסט.
38 And he said to them, "Why are you troubled, and why do doubts arise in your hearts? און ער האט צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אזוי דערשראקן, און פארוואס שטייגן אויף ספקות אין אייער הארץ?
39 Look at my hands and my feet—it's really me. Touch me and see: a spirit has no flesh and bones, as you see I have." קוקט אויף מיינע הענט און אויף מיינע פיס, אז איך בין עס אליין! רירט מיך אָן און זעט! ווייל א גייסט האט נישט קיין פלייש און ביין, ווי איר זעט, אז איך האב.
40 And when he had said this, he showed them his hands and his feet. און ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די פיס.
41 And while they still disbelieved for joy and were marveling, he said to them, "Do you have anything here to eat?" און בשעת זיי האבן נאך אלץ נישט געגלויבט פאר פרייד, און זיך געוואונדערט, האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר דא עפעס צו עסן?
42 They gave him a piece of broiled fish, האבן זיי אים געגעבן א שטיק געבראטענעם פיש.
43 and he took it and ate before them. און ער האט עס גענומען, און געגעסן פאר זייערע אויגן.
44 He said to them, "This is what I told you while still with you: everything written about me in the Law of Moses, the Prophets, and the Psalms had to be fulfilled." און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.
45 Then he opened their minds to understand the Scriptures, דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש);
46 and told them, "This is written: the Christ must suffer and rise from the dead on the third day, און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,
47 and that repentance for the forgiveness of sins should be proclaimed in his name to all nations, beginning from Jerusalem. און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.
48 You are witnesses of these things. איר זענט עדות פון די דאזיקע זאכן.
49 I am sending the promise of my Father on you. Stay in the city until you are dressed with power from on high." און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.
50 And he led them out as far as Bethany, and lifting up his hands he blessed them. און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאענט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט.
51 While he blessed them, he parted from them and was carried up into heaven. און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
52 And they worshiped him and returned to Jerusalem with great joy, און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט גרויס פרייד;
53 and were continually in the temple blessing our Father. און זענען תמיד געווען אין בית המקדש, לויבנדיק ה׳.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]