Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 17 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 He told his disciples, "Offenses are sure to come, but woe to the one they come through! און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: עס איז אומפארמיידלעך, אז מיכשולים זאלן נישט קומען; וויי איז אבער צו דעם, דורך וועמען זיי קומען!
2 Better for him to have a millstone hung around his neck and be thrown into the sea than to cause one of these little ones to stumble. עס וואלט געווען בעסער פאר אים, אויב א מילשטיין וואלט געלייגט געווארן ארום זיין האלדז, און ער וואלט אריינגעווארפן געווארן אין ים אריין, ווי אז ער זאל פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע.
3 "Watch yourselves. If your brother sins, rebuke him, and if he repents, forgive him. גיט אכטונג אויף זיך אליין! ווען דער ברודער דיינער זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויב ער האט חרטה, זאלסטו אים מוחל זיין.
4 If he sins against you seven times a day, and seven times returns saying, 'I repent,' forgive him." און ווען ער זאל זינדיקן זיבן מאל אין טאג קעגן דיר, און זיבן מאל זיך אומקערן צו דיר, אזוי צו זאגן: איך האב חרטה; זאלסטו אים פארגעבן.
5 The apostles said to the Lord, "Increase our faith!" און די שליחים האבן געזאגט צו דעם האר: פארמער אונדז דעם גלויבן!
6 The Lord said, "If you had faith like a mustard seed, you could tell this mulberry tree, 'Be uprooted and planted in the sea,' and it would obey you. און דער האר האט געזאגט: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן פייגנבוים: ווארצל דיך אויס און פארפלאנץ דיך אינם ים; און ער וואלט אייך געהארכט.
7 Which of you with a servant plowing or tending sheep tells him, coming in from the field, 'Come at once, recline at the table'? ווער אבער פון אייך, וואס האט א קנעכט אקערן אדער פאשען, וועט זאגן צו אים, ווען ער קומט אריין פונם פעלד; גיי זעץ דיך תיכף צום טיש?
8 Won't he instead say, 'Get my supper ready, dress to serve me while I eat and drink, then you may eat and drink'? צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען?
9 "Does he thank the servant because he did what he was commanded? צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן?
10 So you too, having done all you were commanded, say: 'We are unworthy servants; we've only done our duty.'" און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!
11 On the way to Jerusalem he was passing along between Samaria and Galilee. און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל.
12 As he entered a village, ten men who had leprosy met him. They stood at a distance, און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס;
13 and called out loudly, "Jesus, Master, have mercy on us!" און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז!
14 Seeing them, he said, "Go, show yourselves to the priests." As they went, they were made clean. און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן.
15 One of them, seeing he was healed, turned back, praising our Father loudly, איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול,
16 and he fell on his face at Jesus' feet, giving him thanks. Now he was a Samaritan. און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני.
17 Jesus said, "Weren't ten made clean? Where are the nine? און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין?
18 Was no one found to return and give glory to our Father except this foreigner?" צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי?
19 And he said to him, "Rise and go; your faith has made you well." און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!
20 Asked by the Pharisees when the kingdom of our Father would come, he answered them, "The kingdom of our Father does not come with observation, און ווען ער איז געפרעגט געווארן פון די פרושים, ווען דאס קעניגרייך פון ה׳ קומט, האט ער זיי געענטפערט און געזאגט: דאס קעניגרייך קומט נישט אויף א באשיימפערלעכן אופן;
21 nor will they say, 'Look, here!' or 'There!' For the kingdom of our Father is among you." מען וועט נישט זאגן: זע, דא איז עס, אדער דארטן! ווארום זע, דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אינעווייניק אין אייך.
22 He told the disciples, "Days are coming when you will long to see one of the days of the Son of Man, and you won't see it. צו די תלמידים אבער האט ער געזאגט: עס וועלן קומען טעג, ווען איר וועט באגערן צו זען איינעם פון די טעג פון דעם בר אנש, און איר וועט נישט זען.
23 They will say to you, 'Look, there!' or 'Look, here!' Don't go, don't chase after them. און מען וועט זאגן צו אייך: זע, דארטן! זע, דא! גייט נישט אהין, און לויפט זיי נישט נאך.
24 For as lightning flashes and lights the sky from one edge to the other, so the Son of Man will be in his day. ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם.
25 But first he must suffer many things and be rejected by this generation. קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור.
26 As Noah's days were, so will the Son of Man's days be. און אזוי ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון נוח, אזוי וועט אויך זיין אין די טעג פון דעם בר אנש:
27 They ate, drank, married, and were given in marriage, until the day Noah entered the ark, and the flood came and destroyed them all. מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט חתונה געהאט, מען האט חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגעגאנגען אין דער תיבה, און דאס מבול איז געקומען, און האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית ו.)
28 It was the same in Lot's days: eating, drinking, buying, selling, planting, building, פונקט ווי עס איז צוגעגאנגען אין די טעג פון לוט: מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט געקויפט, מען האט פארקויפט, מען האט געפלאנצט, מען האט געבויט;
29 but the day Lot left Sodom, fire and sulfur rained from heaven and destroyed them all, אין דעם טאג אבער, ווען לוט איז ארויסגעגאנגען פון סדום, האט עס גערעגנט מיט פייער און שוועבל פון הימל, און עס האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית יט, כד-כו.)
30 so will it be on the day when the Son of Man is revealed. אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן.
31 On that day, whoever is on the roof with goods inside must not go down for them; likewise, whoever is in the field must not turn back. אין יענעם טאג, ווער עס וועט זיין אויפן דאך, און די כלים זיינע אין הויז, זאל ער נישט אראפגיין זיי נעמען: און אויך אזוי, ווער עס וועט זיין אין פעלד, דער זאל זיך נישט אומקערן צוריק.
32 Remember Lot's wife. געדענקט לוטס ווייב!
33 Whoever seeks to preserve his life will lose it, but whoever loses his life will keep it. ווער עס וועט זוכן צו דערהאלטן זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן, און ווער עס וועט עס פארלירן, דער וועט עס לעבעדיק דערהאלטן.
34 I tell you, that night two will be in one bed: one will be taken, and the other left. איך זאג אייך, אין דער זעלביקער נאכט וועלן צוויי זיין אין איין בעט, דער איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן.
35 There will be two women grinding together; one will be taken and the other left." צוויי (פרויען) וועלן מאלן צוזאמען; די איינע וועט אוועקגענומען ווערן, די אנדערע אבער וועט איבערגעלאזט ווערן.
36 Not in this edition צוויי וועלן זיין אין פעלד; איינער וועט אוועקגענומען ווערן, און דער אנדערער וועט איבערגעלאזט ווערן.
37 They asked, "Where, Lord?" He said, "Wherever a corpse lies, the vultures will gather there." און ענטפערנדיק זאגן זיי צו אים: וואו, האר? און ער האט צו זיי געזאגט: וואו דאס פגר איז, דארטן וועלן זיך אויך די אדלערס פארזאמלען.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]