Skip to content
The Believer's Library

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament

Luke 16 OYBC

Show OYBC only
Verse × ×
1 He also told his disciples, "A rich man had a manager who was accused of squandering his possessions. און ער האט אויך געזאגט צו די תלמידים: עס איז געווען א געוויסער רייכער מענטש, וואס האט געהאט א פארוואלטער; און דער דאזיקער איז פאר אים אנגעקלאגט געווארן, אז ער פארשווענדט אים זיין פארמעגן.
2 He called him and said, 'What is this I hear about you? Give an account of your management, for you can no longer manage.' און ער האט אים גערופן און געזאגט צו אים: וואס איז דאס וואס איך הער וועגן דיר? גיב אפ א חשבון פון דיין פארוואלטונג; ווארום דו קענסט לענגער נישט זיין פארוואלטער!
3 "The manager said to himself, 'What should I do? My master is taking my position from me. I'm not strong enough to dig, and I'm ashamed to beg.' און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך.
4 I know what to do, so that when I lose this job, people will welcome me into their homes.' איך ווייס, וואס איך וועל טאן, כדי ווען איך וועל אפגעשאפט ווערן פון דער פארוואלטונג, זאלן זיי מיך אויפנעמען אין זייערע הייזער אריין.
5 He called in his master's debtors, one after another, and asked the first, 'How much do you owe my master?' און ער האט גערופן צו זיך יעדן איינעם פון זיין הארס בעלי חובות, און האט געזאגט צו דעם ערשטן: וויפל ביסטו שולדיק דעם האר מיינעם?
6 He said, 'one hundred measures of olive oil.' He told him, 'Take your bill, sit quickly, and write fifty.' האט ער געזאגט: הונדערט מאס אייל. און ער האט צו אים געזאגט: נעם דיין שטר און זעץ דיך אנידער און שרייב גיך פיפציק.
7 Then he asked another, 'And you, how much do you owe?' 'one hundred measures of wheat,' he said. 'Take your bill,' he told him, 'and write eighty.' דערנאך האט ער געזאגט צו אן אנדערן: און וויפל ביסטו שולדיק? האט דער געזאגט: הונדערט צענטנער ווייץ. זאגט ער צו אים: נעם דיין שטר און שרייב א אכציק.
8 "The master praised the dishonest manager for acting shrewdly, for this age's children are shrewder with their own generation than the children of light. און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
9 I tell you, make friends for yourselves with worldly wealth, so that when it fails, they welcome you into eternal dwellings. און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.
10 Whoever is faithful in the least is also faithful in much; whoever is dishonest in the least is also dishonest in much. ווער עס איז געטריי אינם קלענסטן, דער איז אויך געטריי אין א סך; און ווער עס איז אומגערעכט אינם קלענסטן, דער איז אויך אומגערעכט אין א סך.
11 If then you weren't faithful with worldly wealth, who will trust you with the true riches? דעריבער אויב איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם אומגערעכטן ממון, ווער וועט אייך אנפארטרויען דאס אמתע?
12 And if you haven't been faithful with another's things, who will give you what's your own? און אויב איר זענט נישט געווען געטריי מיט יענעמס, ווער וועט אייך געבן אייער אייגנס?
13 No household servant can serve two masters. He will hate one and love the other, or hold to one and despise the other. You cannot serve both our Father and wealth." קיין קנעכט קען נישט דינען צוויי הארן; ווארום אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן און דעם אנדערן ליב האבן, אדער ער וועט זיך באהעפטן צו איינעם און דעם אנדערן מבזה זיין, איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון!
14 The Pharisees, who loved money, heard all this and were ridiculing him. און דאס אלץ האבן די פרושים געהערט, וואס זענען געווען געלט ליבהאבער, און האבן אפגעשפאט פון אים.
15 He told them, "You justify yourselves before others, but our Father knows your hearts. What is prized among people is detestable to our Father." און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.
16 "The Law and Prophets lasted until John; since then, the good news of the kingdom of our Father is proclaimed, and everyone forces their way into it. די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד.
17 But it's easier for heaven and earth to pass away than for one stroke of the Law to fail." עס איז אבער לייכטער, אז דער הימל און די ערד זאלן פארגיין, ווי איין נקודה פון דער תורה זאל פאלן.
18 "Whoever divorces his wife and marries another commits adultery; marrying a woman divorced from her husband is adultery too." יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה.
19 "There was a rich man dressed in purple and fine linen, feasting lavishly every day. עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג;
20 And a poor man named Lazarus was laid at his gate, covered with sores, און א געוויסער ארעמאן מיטן נאמען אלעזר איז געלעגן פאר זיין טיר פול מיט געשווירן,
21 wanting to eat the crumbs falling from the rich man's table; even dogs came and licked his sores. און האט געגארט זיך צו זעטיקן פון דעם, וואס איז אראפגעפאלן פון דעם רייכנס טיש; נאר עס זענען נאך אפילו געקומען די הינט און האבן געלעקט זיינע געשווירן.
22 The poor man died; angels carried him to Abraham's side. The rich man also died and was buried, און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן.
23 and in the grave, in torment, he looked up and saw Abraham far off and Lazarus at his side. און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס.
24 He cried out, 'Father Abraham, have mercy on me. Send Lazarus to dip his fingertip in water and cool my tongue, for I'm in agony in this flame.' און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!
25 "But Abraham said, 'Child, remember: you received good things in your life, and Lazarus likewise bad things. Now he is comforted here, and you are in anguish. אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.
26 Besides all this, a great chasm separates us from you, so those who want to cross from here to you can't, nor can anyone cross from there to us.' און צו דעם אלעם איז צווישן אונדז און אייך פעסטגעלייגט א גרויסער תהום, אז די, וואס וואלטן געוואלט אריבערגיין פונדאנען צו אייך, זאלן עס נישט קענען, אויך זאל מען נישט אריבערקומען פון דארטן צו אונדז.
27 "And he said, 'Then I beg you, father, to send him to my father's house, האט ער געזאגט: איך בעט דיך דעריבער, פאטער, אז דו זאלסט אים שיקן אין דעם הויז פון מיין פאטער;
28 for I have five brothers—let him warn them, so they won't also come to this place of torment.' ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!
29 "But Abraham said, 'They have Moses and the Prophets; let them hear them.' אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן.
30 He said, 'No, father Abraham, but if someone from the dead goes to them, they'll repent.' און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן!
31 He told him, 'If they won't listen to Moses and the Prophets, they won't be convinced even if someone rises from the dead.'" ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע.
FHB

Scripture from Father’s Heart Bible™. © 2026 Spirit Media Publishing, the imprint of Spirit Media Inc. All rights reserved. In Divine Voice™ Color, the words spoken by our Father show in blue, the words of the Son in red, and the words of the Spirit in purple.

OYBC

Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament © Artists for Israel International, 2022.
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament · Creative Commons - Attribution [CC BY]